דער ייִוואָ זאַמלט ייִדישע קאָראָנאַ־ווירוס־געשיכטעסYIVO collecting Jewish coronavirus stories
מע קען אויסשטעלן דעם פֿאָרמולאַר כּדי צו העלפֿן די היסטאָריקער בעסער פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די מגפֿה ווירקט אויפֿן ייִדישן לעבן.

Image by Getty Images
זינט דער ייִוואָ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1925, האַלט די אָרגאַניזאַציע אין איין זאַמלען די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון ייִדן, כּדי היסטאָריקער זאָלן קענען בעסער פֿאַרשטיין ווי אַזוי פֿאַרשידענע געשעענישן האָבן געווירקט אויפֿן ייִדישן לעבן. במשך פֿון רעוואָלוציעס, מלחמות, גענאָצידן, הונגער און יאָ, עפּידעמיעס, האָט דער ייִוואָ תּמיד געשטרעבט צו פֿאַרזיכערן, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק זאָל „שרײַבן און פֿאַרשרײַבן“, ווי ס׳האָט געזאָגט דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו אין זײַנע לעצטע ווערטער אין ריגער געטאָ.
אין דובנאָווס צײַטן האָט מען געדאַרפֿט גיין פֿון שטעטל צו שטעטל זאַמלען אַלטע פּינקסים און בעטן דעם עולם אויסצופֿילן לאַנגע אַנקעטעס און זיי אומקערן מיט דער פּאָסט. הײַנט קען מען פּשוט אַרויסשיקן אַ קורצן פֿאָרמולאַר דורך „גוגל“ און גלײַך באַקומען ענטפֿערס פֿון טויזנטער מענטשן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זענען איצט פֿאַרשפּאַרט אין שטוב. פּונקט אַזוי האָט דער ייִוואָ טאַקע לעצטנס געטאָ: אַרויסגעשיקט אַן אַנקעטע מיט פֿראַגעס וועגן דעם אופֿן, ווי אַזוי דער קאָראָנאַ־ווירוס ווירקט אויף ייִדן. מע וויל וויסן, למשל, ווי אַזוי מע האָט הײַיאָר אַנדערש געפֿירט דעם סדר, ווי אַזוי דער מצבֿ האָט געביטן דאָס דאַוונען און ווי אַזוי די ייִדישע שולן גיבן זיך אַן עצה מיטן לערנען די תּלמידים פֿון דער ווײַטנס. כאָטש די פֿראַגעס זענען אויף ענגליש, בעט דער ייִוואָ, מע זאָל אויסטשעלן דעם פֿאָרמולאַר אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע וויל.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
