הערט זיך צו צום ערשטן קאַפּיטל „הערי פּאָטער“ אויף ייִדישListen to the first chapter of Harry Potter in Yiddish
דער איבערזעצער פֿונעם ראָמאַן, אַרעלע ווישוואַנאַט, לייענט פֿאָר דעם טעקסט און שפּילט אויס די ראָלעס אויף די דיאַלעקטן פֿון די העלדן אַליין.
דעם ערשטן קאַפּיטל „הערי פּאָטער“ אויף ייִדיש קען מען איצט הערן אָנלײַן בחינום. דעם טעקסט פֿונעם פּאָפּולערן ראָמאַן לייענט פֿאָר דער איבערזעצער פֿונעם ראָמאַן אַרעלע ווישוואַנאַט אַליין. כאָטש ער רעציטירט די נאַראַציע אויף זײַן אייגענעם דרום־מיזרחדיקן ייִדיש, שפּילט ער אויס די ראָלעס פֿון געוויסע העלדן אויף ספּעציפֿישע ייִדישע דיאַלעקטן. העגריד, למשל, ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פּוילישער ייִד וואָס רעדט מיט אַ שטאַרקן אַקצענט, און מאַקגאָניגל — ווי אַ ליטוואַק.
די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿון אַ נײַער איניציאַטיוו פֿון דער ייִדיש־ליגע „געהערט אַ מעשׂה!“, וואָס שטרעבט צו מאַכן ייִדישע טעקסטן מער צוטריטלעך דורך רעקאָרדירונגען.
דערווײַל האָט מען שוין אויספֿאַרקויפֿט צוויי אויפֿלאַגעס פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין“ און אַ דריטע אויפֿלאַגע ווערט איצט צוגעגרייט צום דרוק.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO