ניטאָ מער מיכל באַראַן, זײַל פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקעMikhl Baran, American Yiddish cultural icon, has passed away
אין 2018 האָבן אַמאָליקע קעמפּערס פֿון „קעמפּ המשך“ אים אָפּגעגעבן כּבֿוד, זאָגנדיק וואָס פֿאַר אַ טיפֿן אײַנדרוק ער האָט געמאַכט אויף זיי.
משה ראָזענפֿעלד האָט געהאָלפֿן בײַם אָנשרײַבן דעם באַריכט
דער לאַנגיאָריקער לערער, קעמפּ־דירעקטאָר, ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט און קולטור־טוער, מיכל באַראַן, איז פֿרײַטיק, דעם 17טן אַפּריל, אַוועק אין דער אייביקייט אין עלטער פֿון 97 יאָר.
באַראַן האָט צענדליקער יאָרן לאַנג געדינט ווי אַ מיטגליד פֿון דער פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע, און זײַן ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער סטאַנציע WEVD האָט יאָרן לאַנג געהאַט אַ סך געטרײַע צוהערער.
מיכל באַראַן איז געבוירן געוואָרן אין אָשמענע, פּוילן, לעבן ווילנע, אין 1922. בעת אַן אינטערוויו מיט דער ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור אין 2018 האָט ער דערמאָנט דאָס מחלוקת צווישן די ייִדישיסטן און די העברעיִסטן אין אָשמענע. נאָכן פֿאַרענדיקן אַ ייִדיש־שפּראַכיקן חדר האָבן טאַטע־מאַמע אים פֿאַרשריבן אין אַ העברעיִשער טאָגשול אָבער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון רעדן עבֿרית. נאָך צוויי יאָר האָבן זיי זיך אונטערגעגעבן און אים פֿאַרשריבן אין דער ווילנער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס איז אָנגעפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש.
נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרשפּאַרט די ייִדן אין אָשמענער געטאָ איז באַראַן, אַ בחור פֿון 17 יאָר, אַנטלאָפֿן און געוואָרן אַ סאָלדאַט אין דער רויטער אַרמיי, וווּ ער האָט געקעמפֿט פֿיר יאָר. ווי ער האָט דערציילט דער ייִט״אַ, האָט ער במשך פֿון פֿיר חדשים געדינט אין אַ ספּעציעלער אײנהייט, וואָס האָט געטראָגן סקי כּדי צו כאַפּן נאַצי־אָפֿיצירן אין די בערג.
אין 1944 איז ער געווען צווישן די סאָוועטישע סאָלדאַטן, וואָס האָבן באַפֿרײַט מײַדאַנעק.
נאָכן אומקערן זיך קיין ווילנע האָט ער באַגעגנט אַ מיידל וואָס ער האָט געקענט פֿון די קינדעריאָרן — מילי, מילכּה אויף ייִדיש. זיי האָבן חתונה געהאַט אין לאָדזש און זי איז פֿאַרבליבן זײַן לעבנס־באַגלייטערין מער ווי 75 יאָר לאַנג. אין 1949 האָט דאָס יונגע פּאָרל זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זיי זענען געוואָרן אַקטיווע מיטגלידער פֿונעם אַרבעטער־רינג.
כאָטש באַראַן איז געווען זייער אַקטיוו אין די ייִדיש־רעדנדיקע קרײַזן האָט ער אויך שטאַרק ליב געהאַט מדינת־ישׂראל. „מײַן טאַטע איז תּמיד געווען אַ געטרײַער ציוניסט,“ האָט זײַן טאָכטער רות געזאָגט.
פֿון 1959 ביז 1978 איז ער געווען דער דירעקטאָר פֿונעם בונדיסטישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך“ און במשך פֿון לאַנגע יאָרן איז ער געווען אַ לערער אינעם אַרבעטער־רינג קעמפּ „קינדער־רינג“ און אַ מיטאַרבעטער אויף דער פֿאָרווערטס ראַדיאָ־סטאַנציע WEVD.
אין 2018 האָבן אַ סך פֿון זײַנע געוועזענע קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס פֿון „קעמפּ המשך“ זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ ווידערטרעף, וווּ זיי האָבן אים אָפּגעגעבן כּבֿוד און אים דערציילט וואָס פֿאַר אַ טיפֿער השפּעה, ער האָט געהאַט אויף זייער לעבן.
אין יאַנואַר איז ער, צוזאַמען מיט מילי, אויפֿגעטראָטן אויף דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם The View צו רעדן וועגן זײַנע איבערלעבונגען אינעם חורבן. פֿאַר זײַן לעבנס־אַרבעט לטובֿת דער ייִדישער קולטור האָט ער אין 2007 באַקומען די פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון יאָסל מלאָטעק.
אַחוץ מילי האָט מיכל באַראַן פֿאַראָבֿלט זײַנע צוויי טעכטער, דזשאַניס (יוכבֿד) און רות; זײַנע אייניקלעך בען, דזשאָנאַטאַן, אַלכּסנדריה, סעם און סעמס כּלה יאַנאַ, און אור־אייניקלעך — סאָפֿיע און דזשאָשואַ
אָט קען מען זען ווי מיכל באַראַן האָט פֿאַראַיאָרין גערעדט אויף דער הזכּרה פֿון נוסח ווילנע:
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor