ייִוואָ זומער־פּראָגראַם וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף „זום“YIVO summer program to be conducted through Zoom
די דאַטעס זענען די זעלבע ווי פֿריִער, נאָר מע וועט אָנהייבן די קלאַסן שפּעטער, כּדי סטודענטן אויפֿן מערבֿ־ברעג זאָלן קענען אָנטייל נעמען.

Image by Yivo Institute for Jewish Research
נעמענדיק אין באַטראַכט אַז אַלע אַמעריקאַנער אוניוועריסעטן און אַקאַדעמישע פּראָגראַמען וואָס האָבן געזאָלט פֿאָרקומען אין קלאַסצימער דעם זומער האָט מען אַנולירט אָדער פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָנלײַן־פּראָגראַם, איז געווען קלאָר אַז די ייִדיש־זומער־פּראָגראַמען וועלן דאַרפֿן זיך צופּאַסן צו דער נײַער ווירקלעכקייט, אָדער בכלל אַנולירט ווערן דאָס יאָר.
נעכטן האָבן בען קאַפּלאַן, דער דירעקטאָר פֿון דערציִונג־פּראָגראַמען בײַם ייִוואָ, און דוד בראַון, דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָס „זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון אוריאל ווײַנרײַך“, אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ־שמועס, מעלדנדיק אַז די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען — דורך „זום“.
„מע וועט מאַכן פֿון אַ מום אַ מעלה“ האָט דערקלערט בראַון, געבנדיק צו פֿאַרשטיין אַז מע וועט האַלטן ניט בלויז אַלע געוויינטלעכע קלאַסן, נאָר אויך די עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן פֿאַרן ברייטן עולם, ווי מע האָט פֿאַראַיאָרן געטאָן, און אַז מע וועט אַפֿילו קענען שטעלן פֿראַגעס פֿון דער ווײַטנס. די קלאַסן וועלן זיך אָנהייבן מיט עטלעכע שעה שפּעטער, כּדי סטודענטן אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָלן אויך קענען אָנטייל נעמען.
ביז איצט האָבן ווייניק מענטשן אַפּליקירט אויף דער פּראָגראַם — אַ פּנים, ניט וויסנדיק צי ס׳וועט בכלל זײַן אַ זומער־פּראָגראַם הײַיאָר. האָט ייִוואָ פֿאַרלענגערט דעם טערמין. מע קען איצט אָנגעבן אַן אַפּליקאַציע ביזן 29סטן מײַ. אַפּליקאַציעס אויף סטיפּענדיעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן זעלביקן טאָג.
די זומער־פּראָגראַם, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען צום 52סטן מאָל, הייבט זיך אָן דעם 29סטן יוני און דויערט ביזן 7טן אויגוסט. אַחוץ די זעקס־וואָכיקע פּראָגראַם גופֿא, וועט דוד בראַון האַלטן אַן אַרײַנפֿיר־קורס פֿונעם 22סטן ביזן 26סטן יוני פֿאַר די וואָס האָבן זיך שוין געלערנט ייִדיש און דאַרפֿן זיך ווידער באַקענען מיט דער ייִדישער גראַמאַטיק. נאָך דער פּראָגראַם גופֿא, פֿונעם 10טן ביזן 21סטן אויגוסט, וועלן ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי אָנפֿירן מיט אַן אינטענסיוון קורס, „ייִדיש — דער ווײַטערדיקער שטאַפּל“ .
במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן וועט מען אַרויסלאָזן מער פּרטים וועגן דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם. כּדי צו קריגן די לעצטע ידיעות, גיט אַ קוועטשט דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
