Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ה. ד. נאָמבערג, אַ פּאַסיקער מחבר אַז מע פֿירט התבודדותH. D. Nomberg – A great author to read in self-isolation

דניאל קענעדיס איבערזעצונגען פֿון נאָמבערגס דערצײלונגען אַנטפּלעקן די פּסיכאָלאָגישע ראַנגלענישן פֿון יונגע ייִדן אין װאַרשע מיט 100 יאָר צוריק.

אין דער איצטיקער צײַט, װען די גאַנצע װעלט מוז היטן די תּקנות פֿון אָפּגעזונדערטקייט און אַלײן־איזאָלירונג, זײַנען דאָ כּלערלײ רשימות ביכער אויף צו לײענען אין דער הײם.

דערפֿאַר איז איצט אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו דערמאָנען אָן הערש־דוד נאָמבערג (1876 – 1927), בפֿרט אַז אַ ביכעלע מיט זײַנע דערצײלונגען איז אָקערשט אַרױס אין אַ שײנער ענגלישער איבערזעצונג פֿון דניאל קענעדי. די העלדן פֿון די דאָזיקע מעשׂיות זײַנען יונגע עלנטע ייִדישע נשמות, װאָס פּראַװען זײער אײנזאַמען גײַסטלעכן גלות אין מיטן דער ברױזיקער מאָדערנער גרױסשטאָט װאַרשע. מען דאַרף אָבער זײַן געװאָרנט אַז בײַ נאָמבערגס דערציילונגען איז קיין גוטער סוף ניטאָ.

הײַנטיקע צײַטן װערט נאָמבערגס נאָמען כּסדר דערמאָנט אין שײַכות מיט מער באַקאַנטע ליטעראַרישע פֿיגורן, װי י. ל. פּרץ, אַבֿרהם רײזען און שלום אַש, אָדער מיט װיכטיקע געשעענישן, װי די טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ. מען געדענקט אױך, אַז נאָמבערג איז געװען אַ דעפּוטאַט פֿונעם ערשטן פּױלישן סײם (פּאַרלאַמענט), װוּ ער האָט רעפּרעזענטירט די ייִדישע פֿאָלקס־פּאַרטײ. בשעתּו האָט נאָמבערג זיך קונה־שם געװען אין דער ייִדישער ליטעראַטור מיט זײַנע דערצײלונגען, לידער, איבערזעצונגען, פּובליציסטיק און רײַזע־באַשרײַבונגען. ער האָט געשריבן אױף ייִדיש און העברעיִש, געװען טעטיק װי אַ כּלל־טוער, פּאָליטיקער, רעדאַקטאָר, איז אַרומגעפֿאָרן אין אײראָפּע, ארץ־ישׂראל און אַרגענטינע. ער פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיקן אָרט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, הגם די ליטעראַרישע שאַפֿונגען זײַנע זײַנען ביז לעצטנס פֿאַרבליבן היפּשלעך פֿאַרגעסן. מסתּמא זײַנען זײ ניט גענוג מאָדערניסטיש אין פֿאַרגלײַך מיט, למשל, דוד בערגעלסאָן און דער נסתּר, און אױך ניט גענוג „ייִדישלעך‟, אין פֿאַרגלײַך מיט אַש אָדער רײזען.

דער איבערזעצער דניאל קענעדי האָט געטאָן אַ פּרוּװ צו באַקענען דעם הײַנטיקן לײענער מיט נאָמבערגס ווערק. ס׳רובֿ פֿון זײַנע מעשׂיות באַהאַנדלען די אײגענע פּראָבלעם: װי אַזױ צו געפֿינען אַן אָרט אין דער גרױסער, פֿרעמדער מאָדערנער שטאָט. נאָמבערס העלדן זײַנען יונגע ייִדישע פֿרױען און מענער, װעלכע האָבן פֿאַרלאָזט זײערע שטעטלעך ערגעץ אין פּױלן, ליטע אָדער אוקראַיִנע, און זײַנען געקומען זוכן גליקן אין װאַרשע. זײ װױנען אין קלײנע געדונגענע צימערלעך און קױם־קױם קענען זיי אויספֿירן די הוצאות. יעדער אײנער פֿון זײַ האָט אײגענע חלומות װעגן דערפֿאָלג, װאָס פֿון זיי לאָזט זיך אױס אַ בױדעם.

די פּראָבלעם פֿאַר אַן איבערזעצער פֿון נאָמבערגס פּראָזע איז ניט דער אינהאַלט, נאָר דער סטיל און די שפּראַך. צו מאָל שילדערט נאָמבערג אינערלעכע קאָנפֿליקטן פֿון זײַנע העלדן דורך זײער געראַנגל מיט פֿרעמדע שפּראַכן. זײ װילן באַהערשן רוסיש און פּױליש כּדי זיך אַרױסצורײַסן פֿון דער קלײן-שטעטלדיקער סבֿיבֿה, אָבער אָפֿט מאָל בלײַבן זײ שטעקן צװישן צװײ װעלטן. „איך לערן מיך רוסיש, איך האָב נישט קײן גוטע אױסשפּראַך, איר װעט רעדן מיט מיר רוסיש? איר װעט מיר צוּװײַזן, מײַן ליבער פֿרײַנט?‟ אַזױ בעט פֿינקעלמאַן, דער העלד פֿון דער דערצײלונג „װער איז שולדיק‟, בײַ דעם שכן זײַנעם, װאָס דערצײלט די מעשׂה.

אָבער דאָס רעדן רוסיש קומט אים אָן ניט גרינג: „איבערהױפּט, אַז ער רעדט מיט מיר, צי מיט עמעצן אַן אַנדערן, רופֿט ער יענעם אָן ‘הער’ אָדער ‘גנעדיגער הער’. מײַנע באַמערקונגען, אַז אױף רוסיש זאָגט מען פּראָסט ‘איר’, העלפֿן נישט. ער טראַכט זיך אַװדאי אַזי: ‘אַז מען קאָן טאָן אַ טובֿה יענעם און זאָגן גנעדיגער הער — מהיכא תּיתא, פֿאַרװאָס נישט?’‟ אַזױ אַרום גיט נאָמבערג איבער דעם גײַסטיקן צושטאַנד פֿון זײַן פּערסאָנאַזש. פֿינקעלמאַן װיל זיך אױסלערנען רוסיש, אָבער רעדן רעדט ער פֿאָרט „דײַטשמעריש‟, װאָס איז געװען אַ סימן פֿון דעם געהױבענעם סטיל אין זײַן שטעטלדיקן ייִדיש. אין זײַן שמועס װאַרפֿט ער אַרײַן דאָ און דאָרט רוסישע װערטלעך, װאָס האָבן ניט קײן שײַכות צו דעם ענין. װי עס װײַזט זיך אַרױס װײַטער אין דער דערצײלונג, האָט פֿינקעלמאַן פֿאַרלאָזט זײַן פֿרױ אינעם שטעטל. זי לעבט דאָרט אין ביטערן דלות און בעט בײַ איר מאַן, ער זאָל זי נעמען צו זיך קײן װאַרשע, אָבער ער װיל אַפֿילו ניט ענטפֿערן אױף אירע בריװ. זײַן מאָדנע שפּראַך, װוּ רוסיש מישט זיך מיט דײַטשמערישן ייִדיש, איז אַ סימן פֿון זײַן פּסיכאָלאָגישער צעמישטקײט.

אין דער מעשׂה „אין אַ חסידישן הױז‟ איז דער נאַראַטאָר אַ ליטװאַק, װאָס דינט װי אַ בוכהאַלטער אין אַ געשעפֿט פֿון אַ רײַכן פּױלישן חסיד אין װאַרשע. דער קולטורעלער אונטערשייד צװישן די בײדע ייִדישע עדותן װערט כּסדר באַטאָנט, בפֿרט דורך דער שפּראַך. דער דערצײלער מאַכט נאָך דעם פּױלישן דיאַלעקט פֿון זײַן בעל־בית: „כ’האָ־ניש־ק’צאַאַאַט!‟ די דאָזיקע קולטורעלע סטערעאָטיפּן שאַפֿן דעם הינטערגרונט פֿאַרן קאָנפֿליקט צװישן דעם העלד און דער משפּחה פֿון זײַן בעל־בית. „זעען זי, זי בײזערן זיך! אַ ליטװאַק בלײַבט אַ ליטװאַק” — זאָגט ברוגז די פֿרוי פֿונעם בעל־בית. עס איז מערקװירדיק, באַמערקט קענעדי, אַז נאָמבערג האָט אױסגעקליבן דװקא אַ ליטװאַק פֿאַר אַ דערצײלער כּדי צו שילדערן אַ פּױלישע חסידישע משפּחה, כאָטש אַלײן האָט נאָמבערג געשטאַמט טאַקע פֿון פּױלישע חסידים. פֿאַר נאָמבערגן איז דאָס געװען אַ קינסטלערישער מכשיר, װאָס האָט אים געלאָזט אַנטפּלעקן די פֿאַלשע פֿרומקײט פֿון רײַכע װאַרשעװער חסידים מצד אַ זײַטיקן שטאַנדפּונקט.

אַזוינע סטיליסטישע פּרטים שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין נאָמבערגס פּראָזע, אָבער זײ שאַפֿן אַ שװערע פּראָבלעם פֿאַרן איבערזעצער. בכּלל לאָזט זיך דער דאָזיקער ענין באַהאַנדלען אױף צװײ פֿאַרשידענע אופֿנים. מען קאָן זוכן ענלעכע סטיליסטישע אײגנקײטן איז דער ענגלישער שפּראַך, שפּילן זיך מיט פֿאַרשידענע אַקצענטן און קולטורעלע קלישעען. אין דעם פֿאַל קען די איבערזעצונג פֿאַרלירן דעם ייִדישן טעם. אַנדערש קאָן מען איבערלאָזן ספּעציפֿישע ייִידשע פּרטים אינעם ענגלישן טעקסט און דערקלערן זײ אין קאָמענטאַרן. די צרה איז, װאָס די קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן האָבן פֿײַנט פּירושים. זײ האַלטן, אַז די איבערזעצונג דאַרף רעדן דירעקט צו דעם לײענער אָן קײן פֿאַרמיטלער.

קענעדי האָט באַשאָלאָסן צו בלײַבן געטרײַ דעם מקור און איבערצולאָזן ייִדישע באַגריפֿן אינעם ענגלישן טעקסט. זײ װערן דערקלערט צום סוף פֿונעם בוך. דאָס בוך איז אַ מחיה פֿאַר אַ לערער. נאָמבערגס „װאַרשעװער דערצײלונגען‟ אין דניאל קענעדיס געטרײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿאַרמאָגן אַ רײַכן שטאָף פֿאַרן לערנען ייִדישע ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע און זײ זײַנען אױך אַ צײַטיקע לעקטור פֿאַרן איצטיקן מאָמענט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.