Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ לײַ־ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער אין האַמבורגA Lending Library For Yiddish Books in Hamburgh

די ביבליאָטעק א״נ דעם גרויסן ייִדיש־לינגוויסט שלמה ביכנבוים, איז מקוים געוואָרן, אַ דאַנק אַן איבערגעגעבענער גרופּע וואָלונטירן.

מיט אַ חודש צוריק איז פֿאָרגעקומען דער חנוכּת־הבית פֿון דער פֿאַרגרעסערטער „שלמה־בירנבוים־ביבליאָטעק‟ אין אַ נייַעם לייענזאַל פֿונעם האַמבורגער אוניווערסיטעט. ד״ר שלמה בירנבוים (1891־1989) איז געווען אַ פֿילאָלאָג און אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

ווי אַ טייל פֿון דער שׂימחה האָט מען דורכגעפֿירט אַ געראָטענע פּראָגראַם מיט סעמינאַרן וווּ מע האָט געלייענט ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אָפּגעמערקט דעם אָנדענק פֿון דער באַליבטער ייִדיש־לערערין דאָראָטעאַ גרעווע ז”ל (1955־2016) און אָפּגעהאַלטן עטלעכע קאָנצערטן. די האַמבורגער קאַפּעליע ”וואַקס“ איז אויפֿגעטראָטן און האָט געשפּילט אודיאָ רעקאָרדירונגען וואָס מע האָט בשעתּו אויפֿגענומען אויף וואַקס פֿאָנאָגראַפֿן.

ווען איך בין געקומען קיין האַמבורג מיט פֿינעף יאָר צוריק, בין איך געווען פֿאַרחידושט וואָס עס זענען דאָ פֿאַראַן מיגלעכקייטן צו שטודירן ייִדיש. זינט די אַכציקער יאָרן האָט דאָראָטעאַ גרעווע ז״ל געלערנט אַ גרויסע צאָל מענטשן ווי צו לייענען, שרייַבן און רעדן אויף ייִדיש. איין אַמאָליקער סטודענט פֿונעם ייִדישקורס, קלאַוס וועבער ז”ל, פֿלעגט קומען פֿון ליבעק, פֿאָרנדיק יעדעס מאָל צוויי שעה מיט דער באַן. נאָרבערט אַרצבערגער, אַ פֿאָרווערטס־אַבאָנענט פֿון אָלדנבורג, פֿאָרט הײַנט דרייַ שעה מיט דער באַן.

דעם זומער האָבן מיר זיך געלערנט וועגן די לינגוויסטן שלמה בירנבוים, מאַקס ווייַנרייַך, יודל מאַרק, מרדכי שעכטער און דוד קאַץ; דער עיקר — זייערע אַרטיקלען וועגן דער גרענעץ צווישן דעם דייַטשישן קאָמפּאָנענט אין ייִדיש און דער דייַטשמערישער השפּעה אויף ייִדיש און די סכסוכים וואָס אַרום איר.

די אָרטיקע ייִדיש־סבֿיבֿה איז אַ קליינע אָבער אַ באַגײַסטערטע, און פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און לידער. דאָס איז דאָראָטעאַס ירושה. בשעת זי איז געלעגן אין שפּיטאָל האָב איך זי פֿאַרטראָטן ווי די לערערין פֿון אָנהייבער־קלאַס, און אין איינעם האָבן די סטודענטן איר אָנגעשריבן אַ קאַרטל אויף ייִדיש.

דאָראָטעאַס ביכער האָט געירשנט די „שלמה־בירנבוים־געזעלשאַפֿט‟ — אַן אינסטיטוציע וואָס דאָראָטעאַ האָט מיסד געווען צוזאַמען מיט אַנדערע. דאָראָטעאַ און דערטע פֿרידריכס ז”ל האָבן געלערנט די ייִדיש־סעמינאַרן בײַם האַמבורגער אוניווערסיטעט אינעם אָפּטייל פֿון גערמאַניסטיק. נאָך דעם ווי דערטע איז אַוועק פֿון דער וועלט האָט מען איבערגעגעבן אירע ייִדישע לערנביכער דער געזעלשאַפֿט. און ס׳איז נאָך געווען אַ דריטע ירושה, די ביכער פֿון אינגעבאָרג האַרטמייַער, אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש וואָס איז געווען זייער אַקטיוו אין דער געזעלשאַפֿט. איז געבליבן די שאלה: וווּ שטעלט מען אויף די ביבליאָטעק און ווי מאַכט מען זי צוטריטלעך צום ברייטן עולם?

Tuerk Library 1

Image by Lillian Tuerk

דער הויפּטאַרכיוו פֿון שלמה בירנבוימס אַרבעט געפֿינט זיך אין טאָראָנטאָ, וווּ דער גרויסער לינגוויסט און פּאַלעאָגראַף איז ניפֿטר געוואָרן אין 1989. מיט עטלעכע יאָר פֿאַר דעם, אין 1986, האָבן דאָראָטעאַ און דער היגער פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע אין אַלטאָנאַ, גינטער מאַרוועדעל ז”ל, דערקלערט אַז זיי ווילן אויך בויען אַ ייִדיש־סבֿיבֿה אין האַמבורג אַרום אַ ביבליאָטעק אויף שלמה בירנבוימס נאָמען, כּדי דער ברייטער עולם זאָל זיך דערוויסן וועגן בירנבוימס אויפֿטוען. מאַרוועדעל האָט אָנגעהויבן זאַמלען ביכער אין ייִדיש און וועגן ייִדיש. עס זענען געקומען ביכער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט און אין 1992 האָט מען אַפֿילו באַוויזן צו באַקומען אַ ‘קאַראָל וואַסערמאַן סטיפּענדיע’ כּדי זיי צו אינווענטאַרירן און קאַטאַלאָגירן. אַזוי האָט דאָראָטעאַ געקענט ניצן אָריגינעלע לערנביכער און ווערטערביכער אין קלאַס.

מאַרוועדעל איז ניפֿטר געוואָרן אין 1993 און האָט באַשטימט אין זײַן צוואָה, אַז די ביכער זאָלן דערווײַל צוקומען צו דעם אינסטיטוט פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדן אין דייַטשלאַנד, וואָס איז אַגבֿ געווען צווישן די ערשטע דייַטשישע אינסטיטוטן נאָכן חורבן צו פֿאָרשן וועגן יהדות. מאַרוועדל האָט אָבער נישט באַשטימט ווי אַזוי צו ניצן די ביכער אין דעם־אָ אינסטיטוט. און וואָרעם די ביבליאָטעק איז קיין מאָל נישט געווען קיין לייַ־ביבליאָטעק, האָבן סטודענטן מער נישט געקענט אַהיימנעמען די ביכער. דאָס האָט אויפֿגערודערט די געזעלשאַפֿט, ווייַל אַ היפּשער טייל מענטשן וואָס ווילן זיך אויסלערנען ייִדיש זענען מער נישט קיין סטודענטן, קענען זיי נישט גיין אין ביבליאָטעק ביז נאָך דער אַרבעט, פֿינעף אַ זייגער נאָכמיטאָג. (שבת, זונטיק און אין די אָוונטן איז דער בנין כּסדר פֿאַרמאַכט.) האָט די „שלמה בירנבוים געזעלשאַפֿט‟ אַליין אָנגעהויבן קויפֿן ייִדישע ביכער.

איך האָב דעמאָלט פֿאָרגעלייגט מע זאָל ניצן אַ שטיבל פֿונעם אוניווערסיטעט וואָס איז געשטאַנען פּוסט און לער און קיינער האָט עס נישט געקענט ניצן, ווייַל מע גייט אַדורך אים כּדי צו דערגרייכן דעם צימער, וווּ מע פֿירט אָן מיט די סעמינאַרן פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. האָט מען אָנהייב 2017 זיך געטראָפֿן און געשמועסט ווי אַזוי צו פֿאַראייניקן די צעזייטע ביכער. אין די דיסקוסיעס האָבן זיך אויך באַטייליקט דאַנקאַ קאָוואַלסקי און מאַרסעל זייַדעל, וואָס פֿירן אָן מיט דער שלמה־בירנבוים־געזעלשאַפֿט; אַניקאַ הילמאַן, דאָראָטעאַס אַ תּלמידה וואָס פֿירט אָן מיט די ייִדיש־סעמינאַרן; פּראָפֿ׳ מרים רירופּ, די דירעקטאָרשע פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר די געשיכטע פֿון ייִדן אין דייַטשלאַנד, און די ביבליאָטעקאַרשע זוזאַנע קיטער.

מע האָט געפֿרעגט בייַם אוניווערסיטעט צי מע קען באַקומען מעבל, ווײַל פּונקט דעמאָלט האָט דער אוניווערסיטעט געהאַלטן בײַם אַרויסוואַרפֿן דאָס גאַנצע מעבל צוליב אַ נייַעם ‘קאָרפּאָראַטיוון דיזייַן’ וואָס מע האָט געהאַט אָנגענומען אין אַלע ביבליאָטעקן, ביוראָען און לערנצימערן. אַזוי האָבן מיר בחינם געקראָגן פּאָליצעס, אַ שרייַבטיש, אַן אָפּדרוקער און הילצערנע קעסטלעך פֿאַר אַ ביבליאָטעקישן קאַטאַלאָג.

אין זומער 2017 האָט מען סוף־כּל־סוף איבערגעפֿירט די שלמה־בירנבוים־ביבליאָטעק אויף זײַן אייגענעם אָרט. די ביכער מיט אַ בלויען קלעפּצעטל קען מען נישט באָרגן ווייַל זיי זענען נאָך אַלץ אַ טייל פֿון דער ביבליאָטעק פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר דער געשיכטע פֿון ייִדן אין דייַטשלאַנד, אָבער זיי זענען צוטריטלעך אין די סוף־וואָכן און מע קען זיי ניצן אין די סעמינאַרן. נאָך דעם זענען געקומען די ביכער וואָס די געזעלשאַפֿט האָט געירשנט. מען האָט זיי נאָך אַלץ געדאַרפֿט קאַטאַלאָגירן. וויסנדיק אַז דער אוניווערסיטעט גיט געלט פֿאַר פּראָיעקטן וואָס מערקן אָפּ דעם הונדערטסטן יובֿל פֿון אוניווערסיטעט, האָבן מיר אָנגעגעבן אויף דעם און אַזוי האָבן מיר באַקומען פֿאָנדן.

אַ דאַנק די פֿאָנדן האָבן מיר געקענט געבן אַ היפּש ביסל געלט פֿאַר דער קאַטאַלאָגיזאַציע, כאָטש די ביבליאָטעקאַרשע סילוויאַ האָפֿמאַן, אויך דאָראָטעאַס אַ תּלמידה, וואָלט עס אַפֿילו געטאָן בחינם. „לכּבֿוד איר האָב איך עס געטאָן,“ זאָגט זי הייַנט. זי האָט אַרייַנגעקלאַפּט די איבעריקע ביכער אין ווירטועלן קאַטאַלאָג, כּדי מע זאָל קענען אָפּזוכן ביכער אין דער סיסטעם וואָס נעמט אַרום אַלע ביבליאָטעקן אין דייַטשלאַנד.

סוף מייַ האָט זי פֿאַרענדיקט די אַרבעט: אַרום 1,200 ביכער מיט ווייַסע קלעפּצעטלעך וואָס מע קען יאָ באָרגן אויף אַ גאַנצן סעמעסטער. פֿאַראַן אַ צאָל ווערטערביכער וואָס מע קען אָדער אַרבעטן מיט זיי אין קלאַס אָדער אַהיימנעמען. פֿאַראַן אויך אַ היפּשער טייל ביכער וועגן ייִדישע לידער און ניגונים, וואָס איך האָף אַז ער וועט צו ניץ קומען די ייִדישיסטישע קינסטלער אין האַמבורג. ס׳איז דאָ אַן אַרכיוו מיט לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר אָנהייבערס און ווייַטהאַלטערס, וואָס מע קען ניצן בשעת מע לערנט זיך די ייִדישע שפּראַך. אַלע קענען באָרגן ביכער, אַפֿילו בשעתן סוף־וואָך. מע דאַרף בלויז קריגן דערלויבעניש פֿון דער געזעלשאַפֿט. דער עיקר איז – ניצט געזונטערהייט!

אין אַן אָוונט פֿאַר דער עפֿענונג האָט די היגע קאַפּעליע „סטעלאַס מאָרגענשטערן“ אָפּגעגעבן כּבֿוד דאָראָטעאַן אין יזכּור־הויז פֿון דער „בית־ישׂראל שול‟. סטעלאַ האָט דערמאָנט אירע איבערלעבונגען מיט דאָראָ אין דער גרופּע The Yiddish Vocalists, אין די וויכּוחים אין שײַכות מיטן אויפֿפֿירן חורבן־לידער, אין די שוועריקייטן וואָס אַ דייַטשישער ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָט געהאַט אין די 1980ער יאָרן. זי האָט פֿאָרגעלייענט בריוו און ציטירט פֿון דער לעקציע ”דאָס מונטערקייט פֿון ייִדיש“ וואָס דאָראָטעאַ האָט געלייענט אין 86סטן יאָר. די פּראָגראַם האָט אויך אַרײַנגענומען צוויי ייִדיש-סעמינאַרן אין דער „פֿאָלקסשולע‟ (אַ לערן־אינסטיטוט וווּ די סטודענטן זענען, בדרך־כּלל, עלטערע מענטשן) וואָס דער אוניווערסיטעט האָט באַצאָלט פֿאַר זיי כּדי מער מענטשן זאָלן אָנטיילנעמען אינעם יובֿל. אַ דאַנק דעם האָבן אַרום צוואָנציק מענטשן דעמאָלט אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש.

צום חנוכּת־הבית זענען געקומען מער ווי 70 מענטשן אין „לעקציע־זאַל‟ אין דער אוניווערסיטעטישער אַכסניא – זייער אַ שיינער, אַלטער בנין מיט אַ גאָרטן. די וויצע־פּרעזידענטקע פֿונעם אוניווערסיטעט זוזאַנע רופּ, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿאַר ענגלישער פֿילאָלאָגיע, האָט דערמאָנט אַז דער האַמבורגער אוניווערסיטעט איז געווען די ערשטע אינסטיטוציע צו שאַפֿן אַ לערן־קאָנטראַקט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך אין מערבֿ־אייראָפּע — אין 1922. דער אוניווערסיטעט האָט בשעתּו פֿאַרבעטן דעם פֿילאָלאָג ד״ר שלמה בירנבוים ז”ל אָנצופֿירן מיט זייַנע סעמינאַרן. דער פֿאָרשער פֿון נידערדייַטש, קאָנראַד באָרכלינג (1872־1946), האָט דעמאָלט געפּועלט, דער אוניווערסיטעט זאָל עס דערלויבן.

אינגעדאָרע רידלין, אַ מיטגליד פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿון סאַמע אָנהייב, האָט דערציילט וועגן די ערשטע יאָרן פֿון דער שלמה־בינבוים־געזעלשאַפֿט און פֿון די שוועריקייטן צו געפֿינען אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר די ביכער. די סטודענטקע לאַוּראַ יאַנסן האָט באַשריבן ווי געציילטע סטודענטקעס האָבן צוגעגרייט די אויסשטעלונג וועגן שלמה בירנבוים, זייַן לעבן און אויפֿטו. די אויסשטעלונג וואָס איז אויף דייַטש איז זייער אַ געראָטענע מיט צען טאָוולען. דער אַמסטערדאַמער לעקסיקאָגראַף יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ האָט געוויזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דעם ווי מע האָט געראַטעוועט ייִדישע ביכער פֿון אַמאָליקע ייִדישע שול־ביבליאָטעקן, ביכער וואָס מע האָט געוואָלט פּטור ווערן פֿון זיי אין 2015 ווען מע האָט פֿאַרמאַכט די שולן.

Tuerk 2

Image by Lillian Tuerk

בייַם סוף האָב איך אַליין דערציילט ווי דער פּראָיעקט איז מקוים געוואָרן און פֿאַר וואָס מע רופֿט זי אָן די „שלמה־בירנבוים־ביבליאָטעק‟. בירנבוים האָט אָפֿט געגעבן עצות און געענטפֿערט אויף פֿראַגעס לגבי דער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשונג צו אָנגעזעענע אַקאַדעמיקער ווי וואַלטער רעל און עריקאַ טימען, וואָס זענען שפעטער אַוועק קיין טריר און אויפֿגעבויט די נאָך-מלחמהדיקע יידיסטישע שטודיעס אין דייַטשלאַנד. וואַלטער רעל האָט אויך פּובליקירט זײַן בריוון־אויסבייַט מיט בירנבוים אין Jiddistik Mitteilungen.

בירנבוים איז ניפֿטר געוואָרן ווען איך בין נאָך געווען אַ קליין מיידל אָבער אַ דאַנק זײַן אַרבעט אין האַמבורג און זייַנע עצות נאָכן חורבן, וואָס מע דערוויסט זיך דורך זײַנע בריוואויסבייַטן פּובליקירטע און זײַנע נעקראָלאָגן, האָט מען פֿאַרפֿלאַנצט די וואָרצלען פֿון דער דייַטשישער נאָך־מלחמהדיקער ייִדיש־פֿאָרשונג טאַקע דאָ אין האַמבורג.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.