לשון־קודש מוז נישט זײַן לשון קדושהThe Hebrew Component In Yiddish Isn’t Always Religious
מע קען מיינען אַז „מקום‟ פֿאַררופֿט זיך אויפֿן ייִדישן טייל פֿון אַ שטאָט אָדער שטעטל, אָבער אין דער אמתן איז עס אָפֿט פּונקט פֿאַרקערט

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיר זענען געוווינט אָנצונעמען, אַז דער לשון־קודשדיקער קאָמפּאָנענט פֿון מאַמע־לשון איז גלײַך קדושה, אַז די ווערטער וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש האָבן בדרך־כּלל אַ שײַכות צו דער ייִדישער אמונה.
נאָר ס׳איז לאַוו־דווקא. פֿאַרשטייט זיך, אַז מע קען אויסרעכענען הונדערטער, אויב נישט טויזנטער, ווערטער וואָס זענען יאָ שייך צו רעליגיע: פֿון די סאַמע באַקאַנטע, אַזוי ווי „שבת“ און „יום־טובֿ“, ביז ווינציקער פֿאַרשפּרייטע, אַזוי ווי „מפֿסיק זײַן“ (איבעררײַסן דאָס דאַווענען) און נאָך און נאָך. פֿאַראַן, אָבער, אויך טאָג־טעגלעכע ווערטער, אַזוי ווי אוריאל ווײַנרײַך האָט בשעתו אָנגעוויזן, ווי „שעה“, „כּמעט“ און אַפֿילו „לשון“ אַליין, וואָס מע קען בײַ זיי נישט גרינג געפֿינען קיין סיבה פֿאַר וואָס זיי זאָלן האָבן זיך גענומען פֿון לשון־קודש.
נאָר ס׳איז אויך כּדאַי צו געדענקען, אַז טייל ווערטער פֿון דעם קאָמפּאָנענט זענען נישט נאָר נישט פֿון דער רעליגיעזער ספֿערע, נאָר פּונקט פֿאַרקערט. פֿון איין זײַט איז דאָס וואָרט „יד“ טײַטש דער טײַטלער וואָס מע ניצט בײַם לייענען פֿון דער ספֿר־תּורה; פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב מע רופֿט אַ פּאָר הענט „ידים“ איז דאָס דווקא נישט קיין קאָמפּלימענט, נאָר פּעיאָראַטיוו גאָר. אויב טאַטע־מאַמע האָבן זין, איז דאָס אַ נייטראַלער טערמין; אויב מע זאָגט גאָר „בנים“, איז דאָס אַפֿעקטיק און אָפֿט מאָל פּעיאָראַטיוו.
דאָ איז כּדאַי זיך אָפּצושטעלן אויפֿן וואָרט „מקום“, וואָס באַווײַזט זיך אין ייִדיש אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן. דאָס לשון־רבים, „מקומות“, הייסט „ראַיאָן“; איינער וואָס שטאַמט פֿון „מײַנע מקומות“ קען איך אָנרופֿן אַ „לאַנדסמאַן“. פֿאַראַן דאָס באַקאַנטע ווערטל פֿון פּרק, ד״ה, פֿון דער מישנה, „במקום שאין איש, השתּדל להיות איש“ (דאָרטן וווּ ס׳איז נישטאָ קיין מענטש, פּרוּוו צו זײַן אַ מענטש) מיט זײַן אפֿשר נאָך מער באַקאַנטער פּאָראָדיע, „במקום שאין איש איז הערינג פֿיש“.
הײַנט ס׳וואָרט „מקום“ אַליין. דאָס וואָרט האָבן ייִדן געניצט אין פֿאַרשיידענע שטעט, בדרך־כּלל אָנצורופֿן דעם אַלטן טייל שטאָט. אַמסטערדאַמער ייִדן פֿון אַמאָל האָבן זייער שטאָט אָנגערופֿן „מקום“; וואַרשעווער ייִדן האָבן די אַלטשטאָט גערופֿן „ס׳מקום“. כאָטש אין פֿלוג קען זיך דאַכטן, ווי ס׳האָט נישט לאַנג געשריבן אַ קאָלעגע אינעם פֿאָרווערטס, אַז מיט דעם וואָרט האָט מען געוואָלט אַרויסברענגען די ענגע פֿאַרבינדונג וואָס ייִדן האָבן געהאַט מיט דער אַלטשטאָט, איז עס, לפֿי עניות דעתּי, פּונקט פֿאַרקערט.
בײַם לייענען, למשל, ד״ר יעקבֿ שאַצקיס דרײַבענדיקן שעדעווער „געשיכטע פֿון ייִדן אין וואַרשע“ (וואָס דער שרײַבער פֿון די שורות האַלט, אַגבֿ, אין איבערזעצן אויף ענגליש, און וואָס פֿאַרדינט בפֿירוש אַן אייגענע אָפּהאַנדלונג), דערוויסט מען זיך וועגן די באַגרענעצונגען וואָס ייִדן האָבן געמוזט אויסשטיין דורך די יאָרהונדערטער בײַם וווינען אין וואַרשע. אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות האָבן זיי:
גלאַט נישט געטאָרט אַרײַנקומען אין וואַרשע;
געמעגט האַנדלען אין וואַרשע, אָבער נישט וווינען דאָרטן;
געמעגט נעכטיקן עטלעכע טעג אין וואַרשע, אָבער בלויז אויב זיי האָבן זיך געקענט פֿאַרגינען צו צאָלן אַ ספּעציעלן שטײַער;
געמעגט וווינען בלויז אויף געציילטע גאַסן אין וואַרשע — אַגבֿ, ביזן הײַנטיקן טאָג הייסט דער ברייטער וואַרשעווער בולוואַר Jerozolimskie (ירושלימער), ווײַל דאָרטן האָבן ייִדן זיך צום ערשט באַזעצט;
געמעגט וווינען בלויז אין איין וואַרשעווער געגנט, דער אַזוי גערופֿענער רעוויר;
געמעגט וווינען אין עטלעכע געגנטן, אָבער נישט אומעטום;
געמעגט וווינען אומעטום, אָבער בדרך־כּלל בלויז אויב זיי זענען געווען „אייראָפּעיִש“, ד״ה, נישט געגאַנגען אין קיין קאַפּאָטע און נישט גערעדט קיין ייִדיש, נאָר פּויליש.
ביזן חורבן האָבן ייִדן מיט בערד און קאַפּאָטעס נישט געטאָרט אַרײַן אינעם זאַקסישן גאָרטן (דער פּאַרק אין צענטער שטאָט).
הייסט עס, אין קיין שום צײַט האָבן ייִדן נישט געקענט אין גאַנצן פֿרײַ וווינען אין דער דאָזיקער שטאָט. בײַ שאַצקין ווערט קיין איין מאָל נישט דערמאָנט, אַז ייִדן האָבן ווען ס׳איז געוווינט אין דער אַלטשטאָט. איז אפֿשר לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל, אָבער דאָס אָנרופֿן זי מיט אַ לשון־קודש־שטאַמיקן וואָרט ווי „מקום‟ איז דאָ גאָר אַ סימן, אַז מיט איר האָבן ייִדן געהאַט דווקא אַ שוואַכע פֿאַרבינדונג.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

