Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

סודות פֿון עטימאָלאָגיעSecrets of Etymology

צוליב נאַטירלעכע און קינסטלעכע שפּראַכפּראָצעסן, ווערן צומאָל אוראַלטע ווערטער אַ קוואַל פֿון רעטענישן און סתּירות

די הײַנטיקע טאָפּלטע פּרשה שליסט דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, „במדבר‟, מיט די ווערטער „על ירדן יריחו‟. משה רבינו האָט איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק אַ ריי געטלעכע מיצוות בײַם טײַך ירדן, קעגן איבער דער כּנענישער שטאָט יריחו.וווּ דער באַרימטער טײַך געפֿינט זיך, ווייסט מען זיכער יאָ. אַ גאַנצע ריי אַנדערע ערטער אין דער פּרשה בלײַבן אָבער אַ רעטעניש. די גרענעצן פֿון ארץ־ישׂראל בײַם סוף פֿון דער סדרה זענען אויך נישט אין גאַנצן קלאָר. גיי ווייס, וווּ איז הור־ההר, זפֿרון, שפֿם, רבֿלה? צווישן די מפֿרשים זענען פּאָפּולער מיסטישע אָפּטײַטישן פֿון דער תּורה־געאָגראַפֿיע, וואָס לאָזט זיך נישט אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַ קלאָרן בוכשטעבלעכן אופֿן. ענלעכע גרענעצן ווערן שפּעטער דערמאָנט אינעם ספֿר־יחזקאל. אין פֿאַרגלײַך מיט משה רבינוס פּראַקטישן אָנזאָג די ייִדישע שבֿטים, וווּ זיי זאָלן זיך באַזעצן, ווען זיי גייען אַריבער דעם ירדן, האָט יחזקאלס נבֿואה אַ בפֿירוש מיסטישן, משיחישן טעם.

אַז מע רעדט פֿון מיסטעריעזע נבֿיאישע ווערטער און אומקלאָרע עטימאָלאָגיעס, איז באַלערנדיק די געשיכטע פֿון איין ספּעציפֿיש וואָרט, „חשמל‟, וואָס טרעפֿט זיך אינעם גאַנצן תּנ״ך בלויז דרײַ מאָל בײַ יחזקאל. דער אורשטאַם פֿונעם וואָרט בלײַבט אַ סוד. אַ סך מפֿרשים צעטיילן עס אויף צוויי באַזונדערער ווערטער, „חש‟ און „מל‟, און טײַטשן זיי אָפּ ווי אַ פּאַראַדאָקסישן כּוח אָדער צושטאַנד פֿונעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן, וואָס שווײַגט און רעדט אין דער זעלבער צײַט. אַזוי צי אַנדערש, מיינט עס עפּעס אַ מיסטישן הימלישן פֿײַערדיקן כּוח.

Vilna Gaon Map

אַ השערהדיקע מאַפּע פֿון ארץׁ־ישׂראל אינעם ווילנער גאָונס ספֿר ‟אדרת אליהו Image by Wikimedia Commons

אין דער אוראַלטער גריכישער ווערסיע פֿון תּנ״ך — די סעפּטואַגינטא — ווערט „חשמל‟ איבערגעזעצט ווי „עלעקטראָן‟. די עטימאָלאָגיע פֿונעם גריכישן וואָרט איז אויך אַ רעטעניש; מע איז זיך משער, אַז לכתּחילה שטאַמט עס פֿון די כּנענים און מיינט „אַ בליצנדיקע שײַן‟. בײַ די גריכן באַצייכנט עס אויך בורשטין און אַנדערע באַצירונג־מאַטעריאַלן פֿון אַ געלן צי גאָלדיקן קאָליר.

אָנהייבנדיק פֿון 17טן יאָרהונדערט האָט זיך אין אייראָפּע פֿאַרשפּרייט דער הײַנטיקער שטייגער צו אַסאָציִיִרן דאָס אַלט־גריכישע וואָרט „עלעקטראָן‟ מיטן עלעקטרישן כּוח. צוליב דעם, האָט דער העברעיִשער פּאָעט יהודה־לייב גאָרדאָן, אַ באַקאַנטער משׂכּיל, שפּעטער אָנגעהויבן צו באַצייכענען די עלעקטרע מיטן לשון־קודשדיקן וואָרט „חשמל‟; אַזאַ באַטײַט טראָגט עס הײַנט אינעם מאָדערנעם העברעיִש. אין די ייִדיש־שפּראַכיקע פֿרומע קרײַזן האָט מען אַזאַ באַנוץ אָפּגעוואָרפֿן. אַדרבה, מע באַטראַכט עס ווי אַ געפֿערלעכן חילול־השם, אַן איזדיעקעניש איבערן עכטן לשון־קודש.

דעם הײַנטיקן שבת, דעם צווייטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז דער יאָרצײַט פֿונעם דעברעצינער רבֿ, הרבֿ משה שטערן (1914-1997) — אַ פּראָמינענטער פּוסק, דער מחבר פֿון די 6־בענדיקע שאלות־ותּשובֿות „באר משה‟. וווינענדיק אין ברוקלין, האָט ער אָנגעשריבן דעם „קונטרס עלעקטריק‟ — פּסקי־דינים וועגן דעם באַנוץ פֿון פֿאַרשיידענע עלעקטרישע מכשירים על־פּי הלכה. דער קונטרס איז אַרײַן אינעם 6טן באַנד פֿון זײַנע שאלות־ותּשובֿות, אָפּגעדרוקט אין 1984.

נאָכן איבערלעבן דעם שרעקלעכן נאַצי־לאַגער בערגען־בעלזען, האָט הרבֿ שטערן זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה אין זײַן היימשטאָט און אַפֿילו געעפֿנט אַ ישיבֿה אינעם סאָוועטיש־קאָנטראָלירן בודאַפּעשט. אָנהייב די 1950ער יאָרן האָט ער אַ שטיקל צײַט געוווינט אין בוענאָס־אײַרעס, און דערנאָך אין ניו־יאָרק, וווּ ער איז באַרימט געוואָרן ווי איינער פֿון די גרעסטע אַמעריקאַנער פּוסקים.

דער נאָמען פֿונעם קונטרס איז אַ טיפּישער בײַשפּיל, ווי די חרדישע וועלט איגנאָרירט נישט בלויז דעם מאָדערנעם העברעיִש, נאָר אויך דעם ליטעראַרישן כּלל־ייִדיש ווי אַ קינסטלעכע וועלטלעכע דערפֿינדונג. דער „באר משה‟ האָט באַטיטלט זײַן קונטרס אויף אַן אַמעריקאַנער שטייגער, הגם אין מיטן דעם ספֿר באַנוצט ער זיך אַלע מאָל מיטן ייִדישן וואָרט, אויסגעלייגט ווי „עלעקטרי‟. אין זײַן ווערק ווערן אַמעריקאַנער ווערטער אויסגעמישט מיט לשון־קודשדיקע און היימיש־ייִדישע: „כּוח העלעקטרישע‟, „קאָפֿע‟, „בעטערי‟, „פֿרידזידער‟, „טעכניקער‟. אַ חילול־השם צי נישט, קלינגט פֿאַר אַן אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדער אַזאַ לשון־קודש זיכער נאַטירלעכער, ווי דער הימלישער „חשמל‟ פֿונעם ספֿר־יחזקאל.

Electricity Laws

אַ פֿראַגמענט פֿון הרבֿ משה שטערנס „קונטרס עלעקטריק‟ מיט ייִדיש־ענגלישע ווערטער אָפּגעמערקט Image by Yoel Matveyev

די מיסטעריעזע עטימאָלאָגיע פֿון דער תּורה־געאָגראַפֿיע איז טאַקע אינטערעסאַנט, נאָר עס וואָלט געווען כּדאַי אויך אויסצופֿאָרשן ווי געהעריק דעם הײַנטצײַטיקן לשון־קודש פֿון ייִדיש־רעדנדיקע פֿרומע מחברים. צום באַדויערן, קאָנען גאַנץ פֿאַרשטענדלעכע און נאַטירלעכע קאָנסטרוקציעס אויפֿן סמך פֿון ייִדיש קלינגען בײַ אַ הײַנטיקן עבֿרית־רעדער פּונקט אַזוי מיסטעריעז, ווי די טאָפּאָנימיק אין אונדזער פּרשה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.