Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּאָעטעסע רחל פֿישמאַנס שפּילעוודיקייט מיט ווערטערPoet Rokhl Fishman’s Playfulness With Words

ייִדיש, אָפֿט באַטראַכט ווי אַ פּשוטע אומגאַנג־שפּראַך, קאָן אויך דינען ווי אַ מיטל פֿון אויסערגעוויינטלעך ראַפֿינירטער אַוואַנגאַרדישער פּאָעזיע

דעם 25סטן יולי איז אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער פֿאָרגעקומען אַ לעקציע אויף ייִדיש פֿון ד״ר דוד ראָסקעס, דעם באַקאַנטן פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועגן דער שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל‟.

די גרופּע האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, בפֿרט אין ארץ־ישׂראל. אַ דאַנק דער לעקציע, האָב איך בעסער אָפּגעשאַצט אַ גאָר אינטערעסאַנטע ייִדישער פּאָעטעסע – רחל פֿישמאַן (1935-1984).

אין ענציקלאָפּעדיעס און אַנטאָלאָגיעס פֿיגורירט זי זעלטן. דעריבער, דאַכט זיך, האָב איך פֿריִער בלויז געלייענט אַ צוויי־דרײַ לידער אירע אינעם זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟.

דער גרויסער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער האָט געזאַמלט אַ קרײַז יונגע שרײַבער און פּאָעטן אין די סוף־1940ער, וווינענדיק שוין אין ארץ־ישׂראל און האָפֿנדיק צו שאַפֿן נאָך דער מלחמה, אינעם נײַעם לאַנד, אַ המשך פֿון דער באַרימטער שעפֿערישער גרופּע „יונג־ווילנע‟. אַחוץ דער וויכטיקער ראָלע פֿון דער נײַער גרופּע אין סוצקעווערס אַלמאַנאַך „די גאָלדענע קייט‟, האָט זי אַרויסגעגעבן דרײַ נומערן פֿון איר אייגענעם ליטעראַריש־קריטישן זשורנאַל „יונג־ישׂראל‟. אונטערן זעלבן נאָמען האָבן די באַטייליקטע אַרויסגעגעבן אַ סעריע ביכער. פֿון דעסט וועגן, בלײַבט די גרופּע אָפֿט פֿאַרקוקט אין די הײַנטיקע ייִדיש־שטודיעס. דוד ראָסקעס איז איינער פֿון זעלטענע פֿאָרשער, וואָס פֿאַרנעמט זיך שוין לאַנג דווקא מיט „יונג־ישׂראל‟.

עס קאָן זײַן, אַז אַזאַ מצבֿ איז פֿאַרבונדן מיטן גאָר נאָוואַטאָרישן סטיל פֿון די מחברים. אַפֿילו יעקבֿ גלאַטשטיין, אַליין אַ גרויסער מאֶָדערניסט, האָט נישט געקאָנט זיי פֿאַרשלינגען. ראָסקעס באַטראַכט אַבֿרהם רינצלער ווי „דעם ראַדיקאַלסטן‟ אינעם קרײַז. ווי אַ מין פּערזענלעכן פּאָעטישן מאַניפֿעסט קאָן דינען רינצלערס ליד „טעראַ־סאַנטאַ‟. דער דיכטער רופֿט אָן ארץ־ישׂראל דווקא מיט אַ לאַטײַנישן, אַל־אייראָפּעיִשן נאָמען כּדי צו ווײַזן, אַז סײַ די קדושה פֿונעם לאַנד, סײַ דער הייליקער כּוח פֿון ייִדישער פּאָעזיע, איז גובֿר די גרענעצן פֿון ייִדן און ייִדישקייט. רינצלערס ווערק זענען פֿול מיט לאַטײַניש־שטאַמיקע באַגריפֿן. ער „פֿאַרגוייִשט‟ די שפּראַך, כּדי זי אָפּצופֿרישן.

אין פֿאַרגלײַך מיט יאָסל בירשטיין, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש אָדער רבֿקה באַסמאַן — די איינציקע פֿון „יונג־ישׂראל‟, וואָס לעבט נאָך — קלינגט רינצלערס סטיל טאַקע ראַדיקאַל. פֿישמאַנס פּאָעזיע איז נישט ווייניקער — אָדער מער — חידושדיק. זי שאַפֿט נעאָלאָגיזמען און אַפֿילו אַ מין אייגענע גראַמאַטיק אויפֿן סמך פֿון באַקאַנטע היימיש־ייִדישע ווערטער און פֿאַרבאָרגענע צי קלאָרע קלאַנגען־אַסאָציאַציעס.

Roskies Fishman

ד״ר דוד ראָסקעס גיט אַ לעקציע וועגן „יונג־ישׂראל‟ אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער. Image by Yoel Matveyev

אויף זײַן לעקציע האָט ראָסקעס פֿאָרגעלייענט פֿישמאַנס אַ ליד פֿון אין איר זאַמלונג „זון איבער אַלץ‟:

ים מיך אַרום,
כוואַליע מיך דורך —
און דערנאָך,
כאָטש דו זאַמדסט מיך אַוועק,
בלײַבט מײַן אויער אַ מושל,
וווּ עס דונערט זכּרון,
וווּ עס פּערלט דײַן קול.

דער באַגריף „ווערבאַליזאַציע‟ איז עטימאָלאָגיש פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „ווערב‟. די פּאָעטעסע „ווערבאַליזירט‟ פּשוטע סובסטאַנטיוון און חזרט איבער דעם וואָקאַל „או‟ מיט „כ‟ און צישנדיקע קאָנסאָנאַנטן, שאַפֿנדיק אַן אוניקאַל מוזיקאַלישן אימאַזש, וואָס קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן סײַ על־פּי פּשט, ווי ים־כוואַליעס אויפֿן זאַמד, סײַ ווי עראָטישע ליבע־רמזים — אָדער, גיכער, ביידע.

פֿאַרשיידענע שפּראַכלעכע עקספּערימענטן, בפֿרט אַסאָנאַנס און אַליטעראַציע, פֿאַרנעמען אַ גרויס אָרט אין פֿישמאַנס ווערק. אָט איז, צום בײַשפּיל, איר ליד „רויטער ווײַן‟:

צו הויך, צו גרויס,
צו שווער די נאַכט —
צו, צו.

איך דו, איך דו,
און ווידער צו —
דו, דו.

לו שטיל, לו זיס,
לו רו, לו צו –
לו, לו.

פֿון אַ כּמעט מיסטישן ווערטער־עקספּערימענט וועבט זיך אויס עפּעס אַ וווּנדערלעכע ליבע־מעשׂה.

אין לשון־קודשדיקע פּיוטים טרעפֿן זיך אָפֿט קלאַנגען־שפּילערײַען מיט קורצע, אָפּגעהאַקטע ווערטער. פֿיר זאַמלונגען פֿון פֿישמאַנס אָריגינעלע ווערק און העברעיִשע איבערזעצונגען קאָן מען אַראָפּלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט. דער נישט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענער שרײַבער אַריה אַהרוני האָט איבערזעצט אַ טייל פֿון אירע לידער אויף העברעיִש. להיפּוך צו די פּיוטים, שפּירט זיך אָבער דער ריטעם נאָר אויף ייִדיש.

אין 1994, אונטער ראָסקעסעס רעדאַקציע, איז אַרויס אַ זאַמלונג פֿון פֿישמאַנס ווערק מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון סימאָר לעוויטאַן. די ענגלישע ווערסיע איז טאַקע אַ פּראָפֿעסיאָנעלע, נאָר עס פֿעלט אויך דער אָריגינעלער צויבערישער ריטעם. אַן איבערזעצונג קאָן דאָך קיינמאָל נישט באַזײַטיקן אַזאַ קאָמפּליצירטן אָריגינאַל. אַדרבה, צום באַדויערן, בלײַבן גאָר חידושדיקע דיכטער צומאָל ווייניק באַקאַנט דווקא צוליב זייער אָריגינעלקייט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.