Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָפּשפּיגלונג פֿון חרדים אין טעלעוויזיע־סעריע „אױטאָנאָמיעס‟Portrayal of Haredis in TV Series “Autonomies”

אין דער דיסטאָפּיע, ווערט ישׂראל צעשפּאָלטן אויף צוויי מדינות: אַ פֿרײַע, וווּ די שפּראַך איז העברעיִש און אַ חרדישע, וווּ די שפּראַך איז ייִדיש

דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט האָט מען אױפֿן ניו־יאָרקער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע פֿילמען געוויזן די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־דראַמע „אויטאָנאָמיעס‟ – אַ גאַנץ זעלטענע זאַך בײַ קינאָ־פֿעסטיוואַלן.

„אױטאָנאָמיעס‟ איז אַ סעריע פֿון זעקס קאַפּיטלען, אָנגעשריבן פֿון אורי אלון און יהונתן אינדורסקי, די מחברים פֿון דער גאָר פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, וואָס איז געוויזן געוואָרן פֿון 2013 ביז 2016. בײדע סעריעס שפּיגלען אָפּ דעם לעבן־שטײגער פֿון חרדים אין ישׂראל. „שטיסל‟ איז אַ בײַשפּיל פֿונעם פֿאַרשפּרײטן זשאַנער װוּ מע באַקענט זיך צו ביסלעך מיט אַ געוויסער מינאָריטעט ביז וואַנען עס אַנטוויקלט זיך אַן אמת מיטגעפֿיל פֿאַר יענער גרופּע.

„אױטאָנאָמיעס‟ איז אָבער גאָר אַנדערש. די סעריע איז אַ דיסטאָפּישע דראַמע, װוּ ישׂראל װערט צעטײלט אױף צװײ מדינות: אַ װעלטלעכע מיט דער קרױנשטאָט אין תּל־אָבֿיבֿ און אַ חרדישע – אין ירושלים. אינטערעסאַנט, אַז די אַראַבער און די נאַציאָנאַל־רעליגיעזע (דתי לאומי) װערן אין גאַנצן נישט דערמאָנט. דער סיפּור־המעשׂה איז געבױט אַרום אַ סימבאָלישן קאַמף צװישן צוויי משפּחות, אַ פֿרומער און אַ פֿרײַער, איבער אַ קינד, צוגעפֿעפֿערט מיט אַ ליבע צװישן אַ חרדישן מאַן און אַ װעלטלעכער פֿרױ. דער פּאַראָדישער, איבערגעטריבענער דיסטאָפּיע־הינטערגרונט דערלױבט די מחברים זיך צו שפּילן מיט אַלע עקסיסטירנדיקע סטערעאָטיפּן און באַהאַלטענע אמתן, אַ מאָל נאָר כּדי זיי שפּעטער צו באַזײַטיקן. לאָמיר אַנאַליזירן די דאָזיקע סטערעאָטיפּן װי מע פּרעזענטירט זײ, קאָנצענטרירנדיק זיך אױף שפּראַך און קולטור.

דעם ערשטן קאַפּיטל פֿון דער פּראָגראַם קענט איר זען דאָ:

)

קודם־כּל, לאָמיר אָנהײבן מיטן געדאַנק פֿון דער חרדישער אױטאָנאָמיע גופֿא. װי עס געשעט אָפֿט אין לעבן, קען מען בײַ די סאַמע ערגסטע פֿאַנטאַזיעס געפֿינען אַ פּאַראַלעל אין דער רעאַליטעט. למשל, עמעצער האָט אײן מאָל, אויף יו־טוב, טאַקע פֿאָרגעלייגט אַ פּאַראָדישן אײַנפֿאַל — צו גראָבן אַ קאַנאַל צװישן עזה-סעקטאָר און ישׂראל; און באַלד האָט אַ מיניסטער אין דער כּנסת טאַקע פֿירגעלייגט אַן ענלעכע זאַך. אין 1913 האָט מען אין „המודיע‟, דער צײַטונג פֿון אַגודת־ישׂראל, די פּאַרטײ װאָס היט אָפּ פֿרומע ייִדישע װערטן, דיסקוטירט דעם געדאַנק פֿון אַ חרדישער אױטאָנאָמיע, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם מחלוקת מיט יענע, װאָס פֿאָדערן, אַז ישיבֿה-בחורים זאָלן דינען אין אַרמײ. לויטן אַרטיקל האָבן געוויסע חרדים געבעטן מע זאָל זיי לאָזן בױען זײער אײגענע מדינה.

דער אַרטיקל האָט פּראָװאָצירט אַ דיסקוסיע אין דער פּרעסע און סאָציאַלע נעצן, מיט איראָנישע קאָמענטאַרן, װי למשל, װי אַזױ װעלן די חרדים זיך באַגײן אָן דעם געלט און טעכנישן שטיץ פֿון דער װעלטלעכער מדינה? אין דער אמתן טראַכטן די חרדים בכלל נישט וועגן בױען אַן אײגענע מדינה, כאָטש זײ האַלטן בכלל נישט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג און פֿילן זיך גיכער אין גלות װי אין אַן אייגענער מדינה. בײַ זיי איז דאָס אײַנזאַמלען די ייִדן אין ארץ־ישׂראל דאָך בלויז די אַרבעט פֿון משיח.

צװײטנס, אינעם פֿילם זעט מען װי די אױטאָנאָמיע װערט געבויט מיט געװאַלד און װי די חרדים ראַנגלען זיך מיט די װעלטלעכע, װאַרפֿנדיק שטײנער, רעדנדיק װעגן ישׂראל און וועגן אירע בירגער אויף אַ גראָבן און נעגאַטיװן אופֿן. לאָמיר האָפֿן אַז דער עולם װײסט אַז דאָס איז אַלץ כאַראַקטעריסטיש נאָר פֿאַר געװיסע ראַדיקאַלע גרופּעס, װי „העדה החרדית‟, די אָרגאַניזאַציע װאָס איז געװען דאָ אין פּאַלעסטינע אײדער מע האָט געבױט די מדינה, און װאָס האָבן קיינמאָל נישט אָנערקענט מדינת־ישׂראל.

דריטנס, שילדערט דער פֿילם אַן אַחדות צווישן אַלע חרדים און איגנאָרירט אין גאַנצן דעם אונטערשײד צװישן הסידים און מתנגדים, און צװישן פֿאַרשײדענע גרופּעס פֿון חסידים, װאָס האָבן לאַוו-דווקא די זעלבע צילן און װערטן. אַפֿילו איצט שטימען נישט אַלע חרדים פֿאַר די זעלבע פּאַרטײען.

ס’איז קאָמיש אַז אין דעם פֿילם באַטראַכט דער רבי דאָס אױסגעטראַכטע מיזרח־אייראָפּעיִש שטעטל קרײניץ, װאָס פֿון דאַנען קומט זײַן דינאַסטיע, װי אַ זיכער אָרט פֿאַר דער געפֿאַלענער אויטאָנאָמיע זיך איבערצוקלײַבן. אפֿשר וואָלטן די װעלטלעכע ייִדן זיך געפֿרייט אַז די חרדים ציִען זיך אַריבער אַהין, אָבער די חרדים אַליין – זיכער ניט. כאָטש ישׂראל איז פֿאַר זײ גלות, איז מזרח־אײראָפּע פֿול מיט שׂונאי־ישׂראל. בלויז די בראָסלעװער חסידים, װאָס זײַנען יעדעס יאָר עולה־רגל קײן אומאַן צום קבֿר פֿון רבי נחמנען האַלטן אַזוי, און עטלעכע בלײַבן אַפֿילו דאָרט אַ גאַנץ יאָר. בײַ די איבעריקע, זאָלן זײ אַפֿילו ראָמאַנטיזירן עטלעכע אַספּעקטן פֿונעם שטעטל, וועלן זיי זיך אַהין ניט איבערקלײַבן.

איצט לאָמיר רעדן װעגן דער ראָלע פֿון ייִדיש אין דער דראַמע. די חרדים ניצן סײַ ייִדיש סײַ העברעיִש אין זײער טאָגטעגלעכן לעבן. די אָפּשפּיגלונג פֿון די שפּראַכן אין אַ פֿילם קען זײַן, צװישן אַנדערע, אַ פֿראַגע פֿון בודזשעט אָדער באַקװעמלעכקײט. למשל, דער ערשטער סעזאָן פֿון „שטיסל‟ האָט געהאַט װײניקער ייִדיש, אָבער נאָך זײַן גרױסער חצלחה האָט מען אינעם צװײטן סעזאָן צוגעגעבן מער ייִדיש. אפֿשר צוליב אַ באַגרענעצטן בודזשעט (אָדער צוליב באַקוועמלעכקייט) הערט מען נישט קײן סך ייִדיש אין „אױטאָנאָמיעס‟.

ווי אין אמתן לעבן, רעדן די עלטערע ייִדן אינעם פֿילם מער ייִדיש ווי די ייִנגערע, און מע צערעדט זיך פּלוצעם אױף ייִדיש אין באַזונדערס עמאָציאָנעלע מאָמענטן ווי, למשל, ווען דער רבי פּרוּװט איבערצורעדן דעם מיטל־יאָריקן הױפּטהעלד זיך צו באַטייליקן אין אַ קרימינעלער אינטריגע, מאַניפּולירט ער אים אױף ייִדיש. מיט זײַנע ישיבֿה־בחורים רעדט דער רבי אָבער אױף העברעיִש. דאָס הײסט, מסתּמא וואָלט דאָ בכלל געווען ווייניק ייִדיש ווען דער פֿילם וואָלט נישט געווען קיין דיסטאָפּישער.

מע זאָגט דאָס נישט בפֿירוש אַרויס, אָבער מע זעט אַז ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון דער „אױטאָנאָמיע‟. דער רבֿ רעדט פֿאַרן עולם נאָר אױף ייִדיש, און אַלע זיצונגען פֿון רבנים זײַנען אױף ייִדיש; ראַדיאָ־שילדן זײַנען צװײשפּראַכיק. אײן איראָנישער פּרט: דער אַרײַנגאַנג אין כּף־הקלע האָט אַן אײַנשריפֿט נאָר אױף ייִדיש, אַפֿילו מיט נקודות, װי אַ הײליקער טעקסט, כאָטש דער טעקסט קומט גאָר פֿון דאַנטעס שריפֿטן און איז אַוודאי טרײף פֿאַר דעם עולם!

דער דאָזיקער באַניץ פֿון ייִדיש װי אַ שפּראַך פֿון מאַכט זעט אױס מאָדנע אין ישׂראל װוּ ייִדיש ווערט אַסאָציִיִרט מיט שװאַכקייט. און װאָס איז וואָס שייך דעם באַניץ פֿון ייִדיש בײַ די חרדים אין דער אמתן? מע הערט ייִדיש יאָ בײַ דרשות און בײַם לערנען גמרא, אָבער מע שרײַבט נישט קײן סך אױף ייִדיש. אױב יאָ זענען זיי נישט קיין פֿאָרמעלע שריפֿטן, ווײַל אַזוינע זאַכן שרײַבט מען גיכער אױף לשון־קודש וואָס איז אַוודאי אַנדערש פֿון מאָדערנעם העברעיִש, װאָס אַסאָציִיִרט זיך מיט די „ציונים‟. ס’איז קלאָר פֿאַר װאָס מע האָט באַשלאָסן אין דער סעריע זיך צו באַניצן מיט ייִדיש אױף אַזאַ אופֿן.

אין דער אמתן, ווען די חרדים וואָלטן יאָ געהאַט אַן אײגענע מדינה, װאָלט נישט געװען אַזױ לײַכט פֿאַר זײ אַריבערצוגיין שריפֿטלעך אױף ייִדיש. ייִדיש שפּילט אין דער סעריע גיכער אַ סימבאָלישע ראָלע פֿון סעפּאַראַציע, װאָס שפּיגלט אָפּ די ראָלע פֿון דער שפּראַך אין געװיסע חסידישע באַװעגונגען. צום באַדױערן, זעט מען עס נישט װי אַ הײמשפּראַך. איך האָב אויך באַמערקט אַז פֿרױען רעדן נישט קײן ייִדיש אין דער סעריע. אין דער אמתן, אין געװיסע קהילות איבער דער וועלט רעדן מענער ייִדיש בײַם לערנען תּורה, בעת די פֿרױען רעדן גיכער די שפּראַך פֿון דער סבֿיבֿה. אין אַנדערע קהילות דאַרפֿן די פֿרויען זיך אָבער אױסלערנען ייִדיש כּדי צו לערנען זײערע קינדער, און ס’איז אַ שאָד אַז מע זעט דאָס נישט אינעם פֿילם ־ ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך.

צום סוף, װיל איך כאַראַקטעריזירן די ייִדישע שפּראַך װי מע רעדט זי אין דער סעריע, און אױך העברעיִש. (פֿאַרשטײט זיך, איז דאָס העברעיִש װאָס מע הערט נאָך אַלץ מיטן ייִדישן טעם, מיט ייִדישע און לשון־קודש־שטאַמיקע אױסדרוקן). איז די שפּראַך װאָס מע הערט נאָענט צו דעם אמתן באַניץ אָדער איז דאָס אויך פּאַראָדיש? סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף העברעיִש זאָגן אַרױס די חרדים די לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער לױט דער אַשכּנזישער הבֿרה. נאָר אױב דאָס װאָרט איז אַ קולטורעל לײַװאָרט — אַ װאָרט װאָס מע האָט גענומען פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור און נישט פֿון די ספֿרים (װי „משטרה‟- ‘פּאָליצײ’) — דאַרף מען דאָס אַרױסזאָגן פּונקט װי אין מאָדערנעם העברעיִש. דאָס זעט מען נישט אין דער סעריע, װײַל ס’איז קאָמישער “קאַליע צו מאַכן”6 די העברעיִשע װערטער. בוטנים (די סטאַשקעס), װאָס מע זאָל זײ עסן מיט קאָקאַ־קאָלאַ, דער עולם־הזה פֿון אונדזערע חרדישע העלדן — רופֿט מען, אױף אַן אַשכּנזישן אופֿן, מיטן טראָפּ אױף דער ערשטער טראַף. דאָס װאָרט עקזיסטירט יאָ אין לשון קודש, אָבער דער באַניץ דאָ איז נישט קײן אױטענטישער און זיכער אַן איראָנישער. מע מאַכט חוזק אַפֿילו פֿונעם באַניץ פֿון לשון-קודש: די מחברים פֿון דער סעריע האָבן באַשלאָסן צו רופֿן די פּאָליצײ פֿון די חרדים שומרים (װעכטער). דאָס װאָלט געװען ממש אַ מין ניוספּיק פֿון דער חרדישער רעגירונג! דאָס הײסט, ייִדיש און לשון־קודש װערן דאָ אַ טײל פֿון אַ שעפֿערישן װאָרטשפּיל.

שטעלט זיך די פֿראַגע: איז דאָס גוט פֿאַר די ייִדן (מײנענדיק ייִדישיסטן בפֿרט, װי אױך פֿרומע און פֿרײַע ייִדן בכלל)? צו ערשט ברענגט דער פֿילם אַרײַן די סטערעאָטיפּן װעגן די פֿרומע און די פֿרײַע, און שפּעטער װאַרפֿט ער זיי אָפּ. דאָס איז אַ גוטע זאַך. אין דער זעלבער צײַט, איז די אָפּשפּיגלונג פֿון דער רעאַליטעט אין גאַנצן נישט קיין פּינקטלעכע. דאָס איז נישט צוליב עם־הארצות — דער סצענאַר־שרײַבער יהונתן אינדורסקי קומט אַלײן פֿון דער חרדישער וועלט און אַלע אַקטיאָרן האָבן מיטגעאַרבעט מיט אמתע חרדים — נאָר ווײַל די סעריע איז אַ פּאַראָדיע, אַ סאָרט קאָמעדיע פֿון די סטערעאָטיפּן.

איך אַלײן האָב אַ ביסל מורא אַז דער עולם פֿאַרשטײט נישט שטענדיק װאָס איז אמת און װאָס — אַ פֿאַנטאַזיע, און דערפֿאַר קענען געוויסע אַספּעקטן פֿון דער פּראָגראַם נאָך פֿאַרגרעסערן די שׂינאה צווישן די פֿרומע און די פֿרײַע. איך האַלט אַז וואָס נעענטער די גרופּעס באַקענען זיך, אַלץ בעסער. אין דעם איז „שטיסל‟ טאַקע געװען אַ סך מער געראָטן.

וואָס שייך דעם באַניץ פֿון ייִדיש אין „אויטאָנאָמיעס‟, איז אַ שאָד וואָס מע האָט עס אויסגעניצט בלויז צוליב סימבאָליק. ס’וואָלט פֿאָרט געווען טשיקאַווע זיך פֿאָרצושטעלן ווי ס׳וואָלט אויסגעזען ווען מע וואָלט גערעדט ייִדיש אױף ישׂראלדיקער טעלעװיזיע — דװקא פֿון אַ פּאָזיציע פֿון כּוח.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.