אַ נײַער פֿילם וועגן אַ ייִדישער משפּחה אין אָדעס אין יאָר 1970 A New Film About a Jewish Family In Odessa in 1970
די מאַמע איז פֿאָלקסטימלעך — רעדט, וויינט און שעלט אויף ייִדיש ווען זי שרײַט אויף אירע טעכטער.
דעם פֿילם „אָדעס‟ האָט וואַלערי טאָדאָראָווסקי שוין לאַנג געוואָלט שאַפֿן — אין אָנדענק פֿון זײַנע קינדער־יאָרן און זײַנע ייִדישע קרובֿים, וואָס האָבן געלעבט אין אָדעס.
די געשעענישן קומען פֿאָר אין אָדעס אין יאָר 1970 און דער אָנהייב פֿילם דערמאָנט אינעם אָנהייב פֿון שלום אַשעס פּיעסע „משיחס צײַטן‟. צו די עלטערע טאַטע־מאַמע, גריגאָרי יאָסיפֿאָוויטש און ראַיִסאַ איראָוונאַ, אין זייער ירושה־נעסטל, פֿאָרן זיך צונויף זייערע קינדער און קינדסקינדער: אַ טאָכטער, לאַריסאַ, וואָס וווינט אין לענינגראַד מיט איר רוסישן מאַן, דעם נישט־געלונגענעם קאָמפּאָזיטאָר וואָלאָדיאַ, און זייער טאָכטער, זשעניאַ, אַ מיידל פֿון אַ יאָר 15 — אַ שטילס, אַ היימישס און אַ געבילדעטס. עס קומט אויך אַ טאָכטער פֿון מינסק, מירה, מיט איר מאַן אַריק. אַ דריטע טאָכטער, אַלאַ, וווינט אין מאָסקווע און קען ניט גלײַך קומען אָבער עס קומען יאָ איר מאַן און זון. דער מאַן, באָריס, איז אַ רוסישער זשורנאַליסט און דאָס קינד, וואַלעריק, איז דעם רעזשיסאָר טאָדאָווסקיס „צווייטער איך‟.
צווישן די קרובֿים קומען פֿאָר פֿאַרשיידענע קאָנפֿליקטן, אי פּערזענלעכע און שטייגערישע, אי אידעאָלאָגישע: מירה און אַריק ווילן עולה זײַן קיין ישׂראל אָבער דער טאַטע, אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט, שטעלט זיך קעגן, און אַלע אַמפּערן זיך מכּוח דער לאַגע פֿון ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם אַנטיסעמיטיזם, מדינת־ישׂראל און דעם חובֿ פֿון סאָוועטישע בירגער.
אַלע פּלענער ברעכט אַן אומדערוואַרטע ידיעה: אין אָדעס איז דערקלערט געוואָרן אַ כאָלערע־קאַראַנטין. די שטאָט ווערט פֿאַרשפּאַרט און די געסט בלײַבן שטעקן: ניט אַהער און ניט אַהין. און אָט הייבט דער פֿילם אָן דערמאָנען עפּעס אַ קאַפּיטל „דעקאַמעראָן‟. זשעניאַ האָט מורא, אַז זי וועט שטאַרבן יונג און וועט ניט באַווײַזן צו פֿאַרזוכן פֿון דער פּרי פֿון ליבע, פֿאַרברענגט זי אַ נאַכט מיט עפּעס אַ בחור. באָריס שפּילט אַ ליבע מיט דעם שכנס טאָכטער, אירקע, וואָס זעט אויס דערוואַקסן, אָבער איז אין דער אמתן בלויז 13 יאָר אַלט.
דער טאַטע, גריגאָרי יאָסיפֿאָוויטש, גייט אין קאַ־גע־בע מסרן זײַן טאָכטער מירה און איר מאַן אַריק ווי „ציוניסטן און פֿאַררעטער פֿון פֿאָטערלאַנד‟, אָבער שפּעטער האָט ער חרטה און פּרוּווט זיך נעמען דאָס לעבן. נאָכן ליגן קראַנק עטלעכע טעג היילט ער זיך אויס און חתמעט פֿאַר מירהן און אַריקן אַ פּאַפּיר, אַז ער איז מסכּים, זיי זאָלן אַרויס פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.
באָריס און וואַלעריק באַקומען אַ פּלאַץ אויף אַ גרויסער דאַמפֿשיף: זיי מוזן דאָרטן בלײַבן אין קאַראַנטין, און אויב זיי וועלן זײַן געזונט אין אַ וואָך אַרום וועלן זיי קענען אַרויס פֿון אָדעס.
אויף דער שיף שמוגלט באָריס אויך אירקען אַרײַן, און זיי ליובטשען זיך אין זייער קאַבין. כּדי פּטור צו ווערן פֿון וואַלעריקן אויף אַ פּאָר שעה, באַצאָלט באָריס דער קאַפּיטאַנשע, זי זאָל גיין שפּאַצירן און רעדן מיטן קינד. די קאַפּיטאַנשע פֿאַרבעט אים אין איר קאַבין, איז אים מכבד מיט קאָקאַ־קאָלאַ (אַ טרוים פֿון יעדן סאָוועטיש קינד) און פּלוצעם טוט זיך אויס פֿאַר זײַנע אויגן. דאָס איז פֿאָרגעקומען אַ מאָל מיט וואַלערי טאָדאָראָווסקי אַליין, ווען ער איז געווען אַ קינד, און ער האָט באַשלאָסן אַרײַנצושטעלן די סצענע אין זײַן פֿילם אַרײַן. סוף־כּל־סוף, איז דער קאַראַנטין פֿאַרבײַ, און אַלע געסט צעפֿאָרן זיך.
טאָדאָראָווסקי האָט לכתּחילה געוואָלט שליסן דעם פֿילם מיט אַ מאָרד: אירקעס טאַטע זאָל הרגענען באָריסן, אָבער האָט זיך באַרעכנט. דער פֿילם ענדיקט זיך מיט אַ פֿרידלעכער סצענע: די טאַטע־מאַמע זיצן אויף דער וועראַנדע, עסן פֿרישטיק און רעדן וועגן באָריס, אַלאַ און וואַלעריקן וואָס זענען אַוועק קיין באָן צוליב באָריסעס אַרבעט.
ווי מע קען פֿאַרשטיין פֿונעם סוזשעט־תּמצית, איז וואַלערי טאָדאָראָווסקי קודם־כּל אַ רעזשיסאָר און פּראָדוצירער פֿון סעריעס. דער סיפּור־המעשׂה, פֿול מיט אומדערוואַרטע געשעענישן און זאַפֿטיקע סצענעס, דויערנדיקע משפּחה־קאָנפֿליקטן אויפֿן גרונד פֿון דער גרויסער געשיכטע און כּלערליי קאַטאַסטראָפֿעס, איז טיפּיש פֿאַר רוסלענדישע סעריעס ווי „סטיליאַגי‟ („היפּסטערס‟, 2008) און „אָדליהע‟ (2013), וואָס טאָדאָראָווסקי האָט רעזשיסירט, און די סעריעס „לאַדאָגע‟ (2014), „אָפּטימיסטן‟ (2017) און „אַ טיילכל אַלוועלט‟ (2018), וואָס זײַן פֿירמע האָט פּראָדוצירט.
מע מוז באַצייכענען, אַז טאָדאָראָווסקיס פֿילמען זענען זייער פּינקטלעך מיט זייערע דעטאַלן. למשל, ווען ער האָט געמאַכט אַ לאַנגן (און ניט אַזוי געלונגענעם) פֿילם „באָלשאָי‟ וועגן באַלעט אין באָלשאָי־טעאַטער, האָט ער קודם אויסגעפֿרעגט אַ סך באַלעט־טענצער און, ווען דער סצענאַר איז שוין געווען גרייט, האָט ער זיי פֿאַרבעטן אויפֿן פֿילמירפּלאַץ, זיי זאָלן געבן עצות און אָפּשטעלן די פֿילמירונג, אויב די אַקטיאָרן טוען עפּעס, וואָס איז אוממעגלעך אין דער באַלעט־וועלט.
„מיר האָבן געשאַפֿן ׳אָדעס׳ אָן אָדעס!‟ זאָגט איינער פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן. „אָדעס‟ האָט מען טאַקע פֿילמירט אין מאָסקווע, אויף דער קינאָ־פֿאַבריק „מאָספֿילם‟ (דעם רוסלענדישן האָליוווּד) און אין טאַגאַנראָג. במשך פֿון דרײַ חדשים האָט מען אויפֿגעבויט אַ גאַנצן אָדעסער הויף: צוויי גאַנצע הײַזער און בלויז די ווענט פֿון נאָך צוויי, אַ וואַסער־קאָלאָנקע, בענקלעך… אין די הײַזער איז אַלץ געווען פֿונאַנדערגעאַרבעט ביז די קלענסטע פּרטימלעך: אין קיך איז געשטאַנען אַן אמתר סאָוועטישער אײַזקאַסטן; אויפֿן סאָוועטישן גאַז־אויוון האָט מען געקאָכט, דער אָפּגאָס האָט געאַרבעט און אַלע כּלים, מעבל, ביכער זענען געווען אויטענטישע. אָפֿט האָט אַ מיטאַרבעטער אינעם פֿילם גענומען אַ חפֿץ אין דער האַנט און געזאָגט: „בײַ אונדז איז אויך געווען אַזאַ זאַלצערל!‟ „מיר האָבן אויך געהאַט אַזעלכע טעלערס בענקלעך אַלע ווערק פֿון לעוו טאָלסטאָי!..‟ אין דער ביכער־שאַפֿע האָט מען אַפֿילו געשטעלט שוואַרץ־ווײַסע פּאָרטרעטן פֿון די הויפּט־אַקטיאָרן אין זייערע יונגע יאָרן. מען האָט ספּעציעל אויסגעזוכט און אײַנגעקויפֿט פֿאַר די אַקטיאָרן קליידער און שיך פֿון די 70ער יאָרן. זייערע פֿריזורן און צירונג איז זײַנען אויך געווען פּונקט ווי אָנהייב 1970ער.
כּדי אויפֿצוהיטן די אויטענטישקייט האָט מען פֿאַרבעטן ספּעציאַליסטן פֿון ייִדיש און פֿון אָדעסער אַרויסרייד פֿון רוסיש. איך, ווי דער ייִדיש־מבֿין, האָב איבערגעלייענט דעם סצענאַר, איבערגעזעצט און צוגעגעבן עטלעכע זאַצן אויף ייִדיש. מײַן קאָלעגע אַנאַ גינזבורג (סאָראָקינאַ) האָט זיי רעפּעטירט מיט די אַקטיאָרן, און אויפֿן פֿילמירפּלאַץ בין איך אָדער זי געזעסן מיטן קענער פֿון אָדעסער רוסיש און זיך צוגעהערט, די אַקטיאָרן זאָלן אַלץ אַרויסריידן ריכטיק. און די טעותן, וואָס זענען ווײַטער פֿאַרבליבן אָדער זענען אַנטפּלעקט געוואָרן ערשט נאָכן פֿילמירן האָט מען שפּעטער אויסגעבעסערט אין אַ רעקאָרדיר־סטודיע.
שטעלט זיך די פֿראַגע: צו וואָס האָט מען געדאַרפֿט ייִדיש אינעם פֿילם? די הויפּט־רעדערקע אין פֿילם איז ראַיסאַ איראָוונאַ (ראַיסאַ בת יאיר), די מאַמע פֿון די דרײַ טעכטער. זי איז פֿאָלקסטימלעך, זי רעדט, וויינט און שעלט אויף ייִדיש, זי שרײַט אויף אירע טעכטער וואָס וווינען אין איר דירה און קריגן זיך אָפֿט — און טרײַבט אַרויס פֿון דער היים איר מאַן, וואָס האָט געמסרט זייער טאָכטער אין קאַ־גע־בע.
איר מאַן, גריגאַרי יאָסיפֿאָוויטש, אַ קאָמוניסט און אַ סאָוועטישער בירגער, רעדט אין אָנהייב נאָר אויף רוסיש אָבער נאָכן קלימאַקס פֿון פֿילם, נאָך דעם ווי די פֿרוי האָט אים אַרויסגעטריבן און ער האָט חרטה, קומט ער אַהיים און בעט מחילה, רעדנדיק אויף רוסיש געמישט מיט ייִדיש.
די ראָלע פֿון גריגאָרי יאָסיפֿאָוויטש שפּילט לעאָניד יאַרמאָלניק, אַ באַרימטער רוסלענדישער אַקטיאָר פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס האָט אַנומלט באַקומען אַ פּרעסטיזשפֿולע „ניקאַ‟־פּרעמיע פֿאַר דער בעסטער מענער־הויפּט־ראָלע, אין יורי גערמאַנס פֿילם „שווער צו זײַן אַ גאָט‟. אַגבֿ, ער איז אויך אַ קאָלעגע און גוטער פֿרײַנד פֿונעם נײַעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט וולאַדימיר זעלענסקי: אין איינער אַ קאָמעדיע האָט זעלענסקי געשפּילט דעם זון, און יאַרמאָלניק — זײַן טאַטן.
די ראָלע פֿון ראַיסאַ איראָוונאַ האָט געשפּילט אַ רוסישע אַקטריסע אירינאַ ראָזאַנאָוואַ, וואָס האָט אַ באַזונדערע ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך, צום ייִדישן ליד און ייִדישע סוזשעטן. ווען זי האָט זיך אויסגעלערנט אַ צענדליק זאַצן אויף ייִדיש, האָט זי זיך זייער געפֿרייט און געזאָגט, אַז ניט נאָר וועט זי איצט זיי דעקלאַמירן אויף אירע קאָנצערטן, נאָר ס׳וועט איר איצט אויך זײַן גרינגער צו רעדן מיט איר געוועזענער שוויגער און מיט עלטערע אַקטריסעס פֿון ייִדישן אָפּשטאַם.
די הויפּט־אַקטיאָרן שפּילן זייער גוט, און טאָדאָראָווסקי האָט טאַקע אַרײַנגעבראַכט עטלעכע פֿון די פּאָפּולערסטע הײַנטצײַטיקע רוסלענדישע אַקטיאָרן: יעווגעני ציגאַנאָוו, קסעניאַ ראַפּאָפּאָרט און וולאַדימיר קאָשעוואָי.
דער פֿילם איז געוויזן געוואָרן אויפֿן פֿעסטיוואַל „קינאָטאַוור‟ אין סאָטשי מיט אָנדערטהאַלבן חדשים צוריק. די מיינונגען פֿון די קריטיקערס זענען געווען פֿאַרשידנאַרטיק: עטלעכע האָבן געלויבט דעם אופֿן ווי טאָדאָראָווסקי האָט געשילדערט אָדעס; אַנדערע האָבן שאַרף קריטיקירט דעם פֿילם, טענהנדיק אַז ער איז צו לאַנג, אַז עטלעכע סצענעס זענען בכלל איבעריק, אַז דער סוזשעט פּאַסט בעסער צו אַ טעלעוויזיע־סעריע איידער צו אַ פֿילם… איין קריטיקער האָט באַמערקט, אַז מע האָט גיכער געדאַרפֿט אָפּצוגעבן דעם פֿילם אַ מאָנטירער [רעזשיסאָר], וואָס האָט ווייניקער ליב אָדעס, ווי טאָדאָראָווסקי אַליין, וואָלט דער רעזולטאַט מסתּמא געווען אָביעקטיווער.
אָנהייב סעפּטעמבער וועט מען ווײַזן דעם פֿילם אין די קינאָ־טעאַטערס, און ס׳איז אינטערעסאַנט, וואָס ס׳וועט זײַן די רעאַקציע פֿונעם עולם. ס׳וועט אפֿשר יאָ זײַן אַ ממשותדיקער אינטערעס צום פֿילם צוליב דעם וואָס ס׳איז הײַנט זייער שווער צו פֿאָרן פֿון רוסלאַנד קיין אָדעס און די נאָסטאַלגיע צו די שלום־צײַטן איז שטאַרק. די וואָס בענקען אַהין וועלן זיכער וועלן גיין זען אַ פֿילם וואָס ווײַזט אָדעס ווי אַ ווײַטער, אומדערגרייכיקער ווינקל פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO