Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„ייִדישיסטיש“ ייִדיש, חסידיש ייִדיש — אַן אויפֿגעשרויפֿטער חילוקYiddishist Yiddish vs. Hasidic Yiddish — An Exaggerated Issue

מע דאַרף זיך נישט אָפּרײַסן פֿון דער שפּראַך אין וועלכער אַלע ייִדיש־רעדנדיקע, פֿרומע און פֿרײַע, זענען געווען שותּפֿים אין משך פֿון לאַנגע דורות

.ד״ר יצחק ניבאָרסקי איז דער מחבר פֿונעם „ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש‟

איך וויל זיך דאָ אָפּרופֿן אויף מאיר לאַבינס אַרטיקל „מאַמע־לשון שטאַרבט נישט, זי האָט נאָר געטוישט איר פּנים“.

קודם־כּל — אַ דאַנק לאַבינען פֿאַרן אַוועקשטעלן אָרנטלעך זײַן מיינונג און אַ דאַנק דערפֿאַר, וואָס בײַם זאָגן זיינע אייגענע אמתן, שעצט ער פֿאָרט די מי און אויפֿטוען פֿון די, וואָס טראַכטן אַנדערש ווי ער. אַזאַ צוגאַנג מאַכט מעגלעך, אַז מע זאָל רויִקערהייט קענען אַרומשמועסן די חילוקי־דעות.

לאַבין איז גערעכט, אַז אין דער חסידישער וועלט לעבט הײַנט ייִדיש אָן אַ פֿאַרגלײַך ברייטער און פֿעסטער, איידער אינעם וועלטלעכן סעקטאָר. חסידים זענען רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין פֿון די הײַנטיקע ייִדיש־באַניצערס, און מע דאַרף טאַקע זיך רעכענען מיט די אַנטוויקלונגען אויף זייער זײַט. ווי אַן עלטערער וועלטלעכער ייִדיש־חסיד, און אַ לערער דערצו, מעג איך זיך שלאָגן על־חטא וואָס איך האָב נישט געלייגט גענוג אַכט אויפֿן גאַנג פֿון ייִדיש אין דער חסידישער סבֿיבֿה. מסתּמא איז דאָס פֿאַרבונדן מיט מײַן לעבן. ווען איך בין געבוירן (1947, בוענאָס־אײַרעס), מיט ייִדיש ווי מײַן ערשטע געהערטע און גערעדטע שפּראַך, האָט מען אין מײַן גאַנצן אַרום נישט געוווּסט פֿון קיין מיטצײַטיקער חסידישער ייִדיש־קולטור. כ׳האָב קיין מאָל נישט געוווינט אין קיין לאַנד וווּ ס׳לעבט אַ גרעסערע ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע עדה. אָבער הײַנט איז דאָס שוין נישט קיין תּירוץ אויף צו איגנאָרירן די נײַע דערשײַנונגען.

נישט אַזוי גערעכט איז לאַבין ווען ער שרײַבט אַז דער וועלטלעכער ייִדיש־סעקטאָר „האָט זיך פֿאַרשלאָסן אינעם נאַראַטיוו, אַז מאַמע־לשון שטאַרבט, און מע מוז זי ראַטעווען“. דאָס איז אפֿשר אַ רעקלאַמע־לאָזונג פֿון געוויסע אינסטיטוציעס. דער וועלטלעכער ייִדישיסט זעט פּשוט אין דער ייִדישער שפּראַך, מיט איר פֿאָלקלאָר און מיט איר ליטעראַטור, אַ גוואַלדיקן קוואַל פֿון שיינקייט און פֿון געדאַנק. ווען איך זאָל רעדן וועגן מיר, וואָלט איך געזאָגט אַז ייִדיש דערהאַלט בײַם לעבן מיך, און נישט פֿאַרקערט. דעריבער האָב איך זיך באַמיט דאָס איבערצוגעבן קינדער, קינדס־קינדער און תּלמידים. אַזאַ איז זיכער דאָס הויפּטגעפֿיל בײַ וועלטלעכע ייִדישיסטן, ווי פֿיל אָדער ווי ווייניק זיי זאָלן נישט זײַן.

אונטער דער ווירקונג פֿון ענגליש און פֿון עבֿרית, האָט דאָס הײַנטיקע חסידישע ייִדיש צום טייל אָפּגעשאַפֿן דעם גראַמאַטישן מין פֿון זאַכווערטער און היפּשלעך פֿאַרווישט די דעקלינאַציע פֿון אַרטיקלען און אַדיעקטיוון. עס האָט נישט קיין זינען צו פּסלען אַזאַ גאַנג: די ווירקלעכע באַניצערס פֿון אַ שפּראַך זענען ממילא די בעלי־בתּים איבער איר. אָבער פֿאָרלייגן שוין הײַנט אַז אַזאַ ייִדיש זאָל ווערן אַלעמענס נאָרמע, איז מער ווי אַ ביסל איבערגעאײַלט. דאָס איז דאָך אַ נײַעס פֿונעם איצטיקן דור, צי אָנדערטהאַלבן דורות. די חסידישע זיידעס פֿון די הײַנטיקע חסידים האָבן גערעדט און געשריבן מער־ווייניקער די זעלבע שפּראַך וואָס די וועלטלעכע ייִדן פֿון זייער דור. איך שטעל זיך פֿאָר אַז אַ הײַנטיקער חסידישער יונגער־מאַן קען אויך וועלן לייענען דעם בראַסלעווערס סיפּורי־מעשׂיות, אָדער — נענטער צו אונדז — די ביכער וועגן חסידות פֿון הלל צייטלין, מנשה אונגער אָדער נחמן שמן. אפֿשר אינטערעסירט עמעצן פֿון זיי זיך צו באַקענען מיט די ווערק פֿון פֿרומע שרײַבער פֿון פֿאַרן חורבן, ווי מרים אולינאָווער, ישׂראל שטערן און צענדליקער אַנדערע. דאָס ייִדיש פֿון די דאָזיקע מחברים, ווי פֿון אַלע שרײַבער אין זייער צײַט, היט יאָ אָפּ די זאַך־מינים און די דעקלינאַציעס, וואָס זענען ביז דאָ נישט לאַנג געווען דאָס נאָרמאַלע אין אַלע היימישע ייִדישן. זיי האָבן נישט געשריבן אויף קיין כּלל־ייִדיש, און בײַ יעדן איינעם פֿון זיי זענען פֿאַראַן באַזונדערקייטן וואָס שטאַמען פֿון זײַן דיאַלעקט, אָבער בסך־הכּל איז זייער ייִדיש גאַנץ נאָענט צו כּלל־ייִדיש, פּשוט ווײַל כּלל־ייִדיש איז בלויז אַ פּרוּוו צו פֿאַרוואַרפֿן אַ בריק צווישן די דיאַלעקטן. ס׳איז קלאָר, אַז הײַנטיקע ייִדישיסטן זענען מער קאָנסערוואַטיוו ווי די חסידים, און ס׳איז טאַקע געזונט אַז מע זאָל זיך נישט מיט איין מאָל אָפּרײַסן פֿון דער שפּראַך אין וועלכער אַלע ייִדיש־רעדנדיקע זענען געווען שותּפֿים אין משך פֿון לאַנגע דורות.

צוריק געשמועסט, איז אַפֿילו אַזוי נאָך אַלץ נישטאָ קיין גרויסער מרחק צווישן ביידע הײַנטיקע ייִדישן. עפּעס שרויפֿט מען אויף דעם חילוק צווישן ביידע וואַריאַנטן. בײַ די חסידישע ייִדיש־רעדערס, ווי בײַ די וועלטלעכע, זענען דאָ בעסערע און ערגערע קענערס פֿון דער שפּראַך. די וואָס קענען גוט ייִדיש, נישט קיין נפֿקא־מינה אויב פֿרומע אָדער פֿרײַע, רעדן און שרײַבן מער־ווייניקער דאָס זעלבע לשון. איך זע נישט קיין אָפּגרונט צווישן לאַבינס שפּראַך אין זײַן אַרטיקל (סײַדן ער האָט זיך עקסטרע געפֿלײַסט צו שרײַבן „וועלטלעך“) און אַן אַרטיקל פֿון אַ וועלטלעכן מחבר. אמת, ער איז נישט מקפּיד אויפֿן מין פֿון סובסטאַנטיוון און אויף דעקלינאַציע. דאָס איז נישט קיין קלייניקייט, אָבער קיין הערמעטישע מחיצה איז עס אויך נישט.

לאַבין טענהט אַז זײַנע „חסידישע חבֿרים דאָרשטן נאָך מער קולטור און ליטעראַטור, און מוזן דאָס זוכן אין פֿרעמדע פֿעלדער אַנשטאָט אין מאַמע־לשון, ווײַל דאָס אַזוי־גערופֿענע כּלל־ייִדיש גרילצט זיי אין די אויערן“. איך בין חושד אַז אויב די הײַנטיקע שאַפֿונגען אויף ייִדיש באַפֿרידיקן נישט דעם קולטורדאָרשט פֿון דער חסידישער יוגנט, איז עס נישט צוליב כּלל־ייִדיש, נאָר פּשוט ווײַל דער אינהאַלט פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען שטימט נישט מיט די דערוואַרטונגען. איז עס אַן אַנדער מין חסרון, און עס וועט גאָרנישט העלפֿן אַפֿילו אַז מע וועט אַזעלכע זאַכן איבערשטעלן אויף הײַנטיקן חסידישן ייִדיש.

איך וועל נישט טאַדלען די חסידישע יונגע־לײַט וואָס זיי ווילן אַ ממש איצטיקע ליטעראַטור אויף מאַמע־לשון. וואָס איז אָבער מיט דער אָנגעזאַמלטער ייִדישער ליטעראַטור פֿון פֿריִערדיקע יאָרן? אמת, ריכטיק האָט געזאָגט יענער חסידישער צדיק, אַז „ס׳איז בעסער אַ שוואַרץ ברייטל אַ פֿרישס, איידער אַ חלה אַן אַלט־געבאַקענע“. איך וואָלט אויך געוואָלט זיך קוויקן מיט פֿריש געבעקס אויף ייִדיש. אָבער פֿאָרט: כ׳בין זיכער אַז אין די ווערק פֿון פּרץ, בערדיטשעווסקי און אָפּאַטאָשו, דער ניסתּר און אליעזר שטיינבאַרג, זלמן שניאור און אַהרן צייטלין, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און חווה ראָזענפֿאַרב, חיים גראַדע און יצחק באַשעוויס, לייב ראָכמאַן, ברוך האַגער צי יעקבֿ פֿרידמאַן — האָבן נאָך הײַנטיקע חסידישע יונגע־לײַט וואָס צו שעפּן. מע געפֿינט דאָרט דאָס גאַנצע בילד פֿון דער ייִדישער געשיכטע און אַ סך ידיעות וועגן וועלטקולטור, געזען דורך ייִדישע אויגן. מע זעט אונטער פֿאַרשיידענע באַלײַכטונגען דעם קידער־ווידער צווישן ייִדישקייט און וועלטלעכקייט, וואָס איז נאָך פֿאַר יעדן איינעם אַן אַקטועלער ענין. מע פֿאַרטיפֿט זיך אין גורלדיקע פֿראַגעס פֿון גלות און גאולה. מען אַנטדעקט נײַע קינסטלערישע וועלטן פֿון סוד און פֿון ליכט, געשאַפֿענע אונטער דער ווירקונג פֿון חסידות און קבלה. מע געפֿינט דאָרטן שיינקייט און חכמה. קיין איינער פֿון די אַלע שרײַבער האָט נישט געשריבן קיין כּלל־ייִדיש. זיי האָבן געשריבן ייִדיש, עכט ייִדיש, יעדער איינער מיט זײַן באַזונדערן קנייטש. איך פֿרעג זיך — און איך פֿרעג דעם פֿרײַנד לאַבין — צי זייער שפּראַך גרילצט אויך אין די אויערן פֿון הײַנטיקן חסידישן דור. אויב יאָ — האָט דער דאָזיקער דור גרויס היזק.

לאַבין האַלט אויך, אַז כּלל־ייִדיש שטעכט דעם חסידישן עולם אין די אויגן. ער מיינט אַוודאי דעם כּלל־אויסלייג (אָדער איינהייטלעכער אויסלייג, אָדער ייִוואָ־אויסלייג). דאָס איז זיכער אַ צווייטראַנגיקע פֿראַגע וואָס מע האָט זי אויפֿגעבלאָזן צו אַ גאַנצער מחלוקת. איך האַלט דורכויס פֿון ייִוואָ־אויסלייג ווײַל ער איז פּינקטלעך און אויסגעהאַלטן, אָבער דער רוח כאַפּט מיך נישט אַוועק ווען איך לייען דעם שלל מײַסטערווערק פֿון אונדזער ליטעראַטור, אָדער גוטע עסייען און אַרטיקלען, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן מיט אַנדערע אויסלייגן. איך זע נישט פֿאַר וואָס זאָל „שטעכן אין די אויגן“ עפּעס, וואָס איז ראָוי געלייענט צו ווערן, בלויז ווײַל עס איז אויסגעלייגט מיט ייִוואָ־אויסלייג, אַפֿילו אויב דער לייענער האַלט בעסער פֿון אַן אַנדער אויסלייג.

מײַן סך־הכּל: אַ דערנענטערונג צווישן די אַלע, וואָס פֿילן זיך שותּפֿים צו ייִדיש, איז בפֿירוש נייטיק. אויב זי קומט אָן שווער, איז עס נישט איבערן לבֿוש — כּלל־ייִדיש, כּלל־אויסלייג — נאָר איבערן באַנעם: צוליב וואָס און צו וואָס שרײַבט מען ייִדיש, צוליב וואָס און צו וואָס לייענט מען ייִדיש. אַרום אַזעלכע פּונקטן וואָלט זיך געדאַרפֿט פֿאַרקניפּן דער אמתער וויכּוח.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.