Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווער איז שולדיק? רעפּאָרטאַזשן פֿון געריכטWho’s guilty — reporting from the courtroom

די זשורנאַליסטקע סאַראַ סמיטה האָט אויף ייִדיש באַשריבן דאָס לעבן פֿון די פֿאַרברעכער, די אַרבעטער און זייערע משפּחות.

בײַם אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען אײַנגעזען, אַז זייער לייענערשאַפֿט האָט ליב צו וויסן, וואָס סע טוט זיך אין די געריכטן: ווער זענען די פֿאַרברעכערס? וואָס פֿאַר אַ שלעכטע מעשׂים האָבן זיי אָפּגעטאָן? ווי האַנדלט זיך דער ריכטער מיט די „נידעריקסטע שיכטן‟ פֿון דער געזעלשאַפֿט?

אין דער וואַקסנדיקער שטאָט ניו־יאָרק איז דער חילוק צווישן רײַך און אָרעם געוואָרן אַלץ גרעסער און אין געריכט האָט מען געזען דעם צוזאַמענשטויס פֿון די פֿאַרשיידענע שיכטן אין אַמעריקע. האָבן די צײַטונגען אָנגעהויבן צו באַשטימען איין רעפּאָרטער, ער זאָל זיצן בלויז אין געריכט און באַשרײַבן די דראַמעס, די טראַגעדיעס און, אַמאָל, די קאָמעדיעס פֿון די קרימינעלע פּראָצעסן.

די ייִדישע צײַטונגען פֿון ניו־יאָרק האָבן זיך אָנגעכאַפּט אינעם געדאַנק פֿון אַ געריכט־זשורנאַליסט, און צווישן די בעסטע איז געווען סאַראַה ב. סמיטה. זי איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטעטל אין אונגערן אין 1888, זיך געלערנט אין בודאַפּעשט, איידער זי איז געקומען קיין ניו־יאָרק ווען זי איז אַלט געווען פֿופֿצן יאָר. צו צוואַנציק יאָר האָט זי שוין געדרוקט אַרטיקלען אין פֿאָרווערטס און דערנאָך אַריבער אין מאָרגן זשורנאַל, וווּ זי האָט, צווישן אַנדערע אַרטיקלען, באַשריבן דאָס „טרײַענגל-פֿײַער‟. ווען דער „טאָג‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1914 איז זי דאָרטן געוואָרן אַ שטענדיקע מיטאַרבעטערין.

אין „טאָג‟ האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיטן לעבן פֿון די פֿאַרברעכערס און געוואָרן אַ פּיאָנער אויף דעם זשורנאַליסטן געביט — אויף ייִדיש. אירע רובריקן „בילדער פֿון קאָורט‟ [געריכט] און „פֿאַר וואָס מענטשן גטן זיך‟ זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער. דערצו האָט מען אין די צײַטונגען געדרוקט הונדערטער דעציילונגען און עטלעכע ראָמאַנען אירע. איינער פֿון די ראָמאַנען, „די פֿרוי אין קייטן‟, איז אַרויס ווי אַ בוך אין 1919, דאָס זעלביקע יאָר ווי ס’איז אַרויס איר צווייט בוך „ווער איז שולדיק?‟, וועגן די געריכטן. אויף ענגליש האָט זי אויך מצליח געווען. איר פּיעסע „פּײַפּער פּייד‟ האָט מען אויפֿגעפֿירט אויף בראָדוויי אין 1934. אין 1968 האָט זי זיך באַזעצט אין באַבילאָן, לאָנג־אײַלענד.

סמיטה מײַדט נישט אויס אומבאַקוועמע טעמעס אין אירע דערציילונגען און רעפּאָרטאַזשן. (מע קען אין דער אמתן באַצייכענען די קאַפּיטלעך אין איר בוך „ווער איז שולדיק?‟ ווי ביידע זשאַנערן). טייל פֿאַרברעכערס זענען גנבֿים, מערדער און נאַרקאָטיקערס — נישט פֿון די פֿײַנסטע מענטשן. אָבער אַנדערע זענען גוטע לײַט וואָס האָבן אויף דער הייסער מינוט אימפּולסיוו געטאָן עפּעס שלעכטס — געגנבֿעט אָדער געוואָרפֿן זויערשטאָף אויפֿן פּנים פֿון אַ געליבטן. איין יונגער אַרבעטער האָט געדאַרפֿט דעפּאָנירן עטלעכע טויזנט דאָלער אין באַנק פֿאַר זײַן באַלעבאָס און האָט באַשלאָסן, אַז מיט דעם געלט קען מען גיכער קויפֿן אַ סך שיינע פּאָר שיך, ווײַל אין די קינדעריאָרן האָט ער אַלע מאָל געטראָגן בלויז איין פּאָר צעריסענע שיך.

אין די באַשרײַבונגען ווערט אַנטפּלעקט נישט בלויז דאָס קרימינאַלע לעבן אין ניו־יאָרק, נאָר דאָס משפּחה־לעבן צווישן אימיגראַנטן ווי אויך דער טאָגטעגלעכער מצבֿ פֿונעם אַרבעטער. אין איין קאַפּיטל, „שוועסטער קעגן שוועסטער‟, האָט אַ פֿרוי באַשולדיקט איר שוועסטער, איר „באָרדער‟, אין גנבֿה. אָבער אין געריכט האָט זיך אויסגעשטעלט, אַז די „באָרדערקע‟ האָט גענומען דאָס געלט כּדי צו באַצאָלן דער אייגענער שוועסטער דירה־געלט.

צי די פֿאַרברעכערס זענען ייִדן ווייסט מען נישט, ווײַל אין ערגעץ דערמאָנט סמיטה נישט דאָס וואָרט „ייִד‟ אָדער „ייִדיש‟. פֿון דעסט וועגן קען מען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן אין געוויסע עפּיזאָדן, אַז דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ ייִד: למשל, ווען די פּאַרשוינען אַרבעטן אין שאַפּ אָדער זענען נײַע אימיגראַנטן אָדער אַרבעטן אין ביוראָ פֿון אַ דאָקטאָר.

סמיטה טראַכט זיך אַרײַן אינעם כאַראַקטער פֿון דעם באַשולדיקטן און ווערט אינספּירירט אויסצומאָלן די יוגנט און לײַדנשאַפֿטן פֿון די מענטשן; וואָס זיי טראַכטן און פֿאַנטאַזירן און וואָס האָט זיי געטריבן צו טאָן אַזוינע פֿאַרברעכנס.

פֿאַר וואָס מאַכט מען אַזוי פֿיל האָליוווּד־פֿילמען וועגן פּראָצעסן אין געריכט? ווײַל עס איז דאָ אַן אײַנגעפֿונדעוועטע דראַמע אין געריכט, וואָס ענדיקט זיך מיט אַ פּסק — אָפֿט מאָל אַן אומגעריכטן. סמיטה איז אַ געניטע דערציילערין און קען גוט די מלאָכה פֿון אויסניצן די דראַמע פון אַ פּראָצעס. בײַם סוף פֿון יעדן רעפּאָרטאַזש קומט אַ סורפּריז אין דער טראַדיציע פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער אָ. הענרי.

סמיטה האָט אויך פֿאַרשטאַנען, אַז מע קען געפֿינען לײַכטערע מאָמענטן אין געריכט, אַפֿילו קאָמעדיע. אַ מאָל ליגט דער קאָמישער עלעמענט אין דער חוצפּהדיקייט פֿונעם פֿאַרברעכער; ווי ער אָדער זי רעדט צום ריכטער; ווי ער פֿאַרשטייט אין גאַנצן נישט ווי ערנסט ס’איז זײַן מצבֿ און ווי ער האַלט אין דער וועלט.

די בעסטע קאַפּיטלעך מישן דראַמע מיט קאָמעדיע. אינעם קאַפּיטל „מאָשקע טיגער‟ (מסתּמא אַ ייִד) לייענט מען וועגן דעם גיבור מאָשקע, אַ באַקאַנטער פֿערד־פֿאַרסמער. ווען אַ „ביזנעסמאַן‟ האָט געהאַט אַ קאָנקורענט האָט ער געקענט באַצאָלן מאָשקען, ער זאָל אַרײַנשטופּן עטלעכע פּילן אין פֿערדס מויל, און אין דער פֿרי וועט דער קאָנקורענט געפֿינען זײַן פֿערד אַ געפּגרטס. אַזוי ווי מאָשקע האָט נישט געוואָלט אויסזאָגן ווער ס’האָט אים באַצאָלט און דורך דעם באַקומען אַ קלענערע שטראָף, האָט ער באַקומען צען יאָר שווערע אַרבעט. אַפֿילו אין אַזאַ מיאוסער מעשׂה געפֿינט סמיטה אַ לײַכטערע מאָמענט אין זײַן פּראָסטן לשון.

זי ווײַזט אויך אַרויס רחמנות דאָרט וווּ אַנדערע שרײַבערס וואָלטן עס נישט געטאָן. מאָשקעס חבֿרטע זיצט אין געריכט און נאָך דעם ווי מע הערט דעם פּסק פֿון צען יאָר שווערע אַרבעט, שרײַבט סמיטה: „און ווען ער האָט דערהערט דאָס שטילע וויינען פֿון דער נידעריקער בלאָנדער פֿרוי איז די שטרענגקייט פֿון זײַן פּנים ווי צושמאָלצן געוואָרן, דער בליק איז געוואָרן מילד, צערטלעך, און די קליינע פֿרוי האָט אָפּגעווישט די טרערן מיט אַן אַרבל און ליבלעך געשמייכלט צו אים.‟

דער טיטל „ווער איז שולדיק?‟ פּאַסט טאַקע פֿאַרן בוך. אַ גוטער שרײַבער ווי סמיטה ווייסט ווי פֿאָרצושטעלן ביידע צדדים אין אַ מחלוקה, צווישן מאַן און ווײַב, צווישן צוויי געליבטע, צווישן באַלעבאָס און אַרבעטער און אַפֿילו צווישן דעם רוצח און זײַן קרבן. כּדאַי סמיטה זאָל מער באַקאַנט ווערן פֿאַרן לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.