Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קאָנפֿערענץ לכּבֿוד 80 יאָר זלמן שיקס וועגווײַזער, „1000 יאָר װילנע‟Conference Marks 80 Years of Zalmen Szyk’s Guidebook, “1000 Years of Vilna”

דאָס בוך אינספּירירט עד־היום די פֿאָרשער צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ די פֿילזײַטיקע קולטור־ירושה פֿון דער שטאָט.

דער מיטאָס פֿון דעם אַמאָליקן ירושלים ד’ליטא, דער הײמשטאָט פֿון שאַרפֿזיניקע חכםים און פֿרומע קבצנים, האָט זיך טיף אײַנגעקריצט אינעם קאָלעקטיװן ייִדישן זיכּרון. מען קען זיך באַקענען מיט אַמאָליקע װילנער ייִדישע תּושבֿים דורך די ראָמאַנען פֿון חיים גראַדע און די דערצײלונגען פֿון אבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, װאָס זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן נאָכן חורבן. די דאָזיקע װערק זײַנען אַ מין װעגװײַזער איבער װילנע, װאָס איז מער ניטאָ.

דער חורבן װאַרפֿט אַ פֿינצטערן שאָטן איבער דער רײַכער און לאַנגער געשיכטע פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער װילנע. כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן דאָס אַמאָליקע לעבן דאָרט אין זײַן רעאַליסטישער פֿילזײַטיקײט, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער מיט פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס בראָש באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ, װאָס זאָל זיך כראָנאָלאָגיש באַגרענעצן מיטן יאָר 1939. פֿאַרן עיקר־טעקסט, װאָס זאָל דינען װי דער יסוד פֿאַר די רעפֿעראַטן, האָט מען אױסגעקליבן זלמן שיקס בוך „טױזנט יאָר װילנע‟, װאָס איז אַרױס פּונקט ערבֿ דעם אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.

שיקס כּװנה איז געװען צו װײַזן דעם לײענער „דעם פּנים פֿון װילנע‟. לכתּחילה האָט ער בדעה געהאַט אָנצושרײַבן אַ טוריסטישן פֿירער־ביכל איבער װילנע אױף ייִדיש, לױטן שטײגער פֿון אַנדערע ביכלעך אַזוינע אױף פּױליש, רוסיש, ליטװיש אָדער דײַטשיש. אָבער פֿונעם דאָזיקן באַשײדענעם פּלאַן איז אַרױס אַן אַרומנעמיקער פּאָרטרעט פֿון דער שטאָט. צום באַדױערן איז שיקס פֿולער פּלאַן ניט מקוים געוואָרן. ער האָט שוין געהאַט צוגעגרײט דעם צװײטן באַנד פֿון זײַן װערק אָבער די מלחמה האָט אים ניט דערלאָזט צו פֿאַרענדיקן זײַן פּראָיעקט. זלמן שיק איז אומגעקומען אין דעם װילנער געטאָ אין 1942.

דאָס בוך איז אַ יוצא־דופֿן צװישן די טוריסטישע וועגווײַזער פֿון װילנע. די אַנדערע ביכער קאָנצענטרירן זיך, דער עיקר, אױף דער אײגענער נאַציאָנאַלער קולטור און געשיכטע: דער פּױלישער, דער רוסישער אָדער דער ליטװישער. נאַטירלעך האָט שיק זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער װילנע און באַשרײַבט פּרטימדיק די ייִדישע מערקװירדיקײט אָבער ער גיט זיך אויך שטאַרק אָפּ מיט אַנדערע קולטורן. אַזאַ איז אױך געװען דער צוגאַנג פֿון די רעפֿערענטן אױף דער קאָנפֿערענץ.

אַ חשובֿן אָרט אין די רעפֿעראַטן האָט פֿאַרנומען די צײַט פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, װאָס האָט גורם געװען דראַמאַטישע ענדערונגען אינעם לעבן פֿון װילנער ייִדן. די דײַטשן זײַנען געװען שטרענגע בעל־הבתּים, אָבער זײ האָבן דערלאָזט אַ ברײטע קולטורעלע אױטאָנאָמיע פֿאַר ייִדן און אַנדערע עדות. װעגן דעם אופֿן ווי די דײַטשן האָבן אויפֿגענומען די װילנער ייִדן האָט גערעדט פּראָפֿעסאָר טעאָדאָר װיקס; ד״ר ענדרו קאָס האָט דערצײלט װעגן דעם, װי אַזױ די ערשטע װעלט־מלחמה האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין די ייִדישע זכרונות. די ליטװישע קונסט־היסטאָריקערין לײַמאַ לאַוטשקײַטע האָט אַנאַליזירט די פֿאָטאָגראַפֿישע און קינסטלערישע אימאַזשן פֿון װילנע אין דער דײַטשישער פּרעסע בעת דער אָקופּאַציע פֿון 1915־1918.

דאָס רובֿ רעפֿעראַטן זײַנען געװען געװידמעט דער תּקופֿה צװישן בײדע װעלט־מלחמות, װען װילנע איז געװאָרן אַ צענטער פֿון דער מאָדערנער ייִדיש־קולטור. פּראָפֿעסאָר צירל קוזניץ האָט דערצײלט װעגן דעם פּראָיעקט פֿון „ביליקע הײַזער‟, צװײ געבײַדעס מיט צװײ הונדערט דירות פֿאַר אָרעמע ייִדן. דאָ האָבן געװױנט אױך די תּלמידים פֿונעם ייִדישן לערער־סעמינאַר. הײַנט שטײען די דאָזיקע געבײַדעס װי אַ מאָל, אָבער די איצטיקע תּושבֿים האָבן שױן אַ קנאַפּע אַנונג פֿון דער געשיכטע פֿון זײערע הײַזער. פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן האָט דערװיזן אױפֿן סמך פֿון סטאַטיסטיק, אַז ייִדיש איז געװען די סאַמע פּאָפּולערע דערציִונג־שפּראַך פֿאַר ייִדישע קינדער אין די 1920ער — 1930ער יאָרן. אױפֿן ערשטן אָרט (34.6 פּראָצענט) זײַנען געװען די װעלטלעכע שולן פֿונעם „צענטראַלן בילדונגס־קאָמיטעט‟, און אױפֿן צװײטן אָרט (28.5 פּראָצענט): די רעליגיעזע ציוניסטישע שולן „תּחכּמוני‟ מיט העברעיִש װי די לערנשפּראַך.

דאָס האַרץ פֿונעם ייִדישן װילנע איז געװען דער שולהױף; מער װי אַ טוץ גרעסערע און קלענערע קלױזן; בתּי־מדרשים און ישיבֿות אַרום דער אַלטער שטאָטשיל. דאָ האָט זיך געפֿונען אױך די באַרימטע סטראַשון־ביבליאָטעק. שיקס בוך פֿאַרמאָגט אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿונעם שולהױף, װאָס איז געװען די טעמע פֿונעם רעפֿעראַט פֿונעם ירושלימער קונסט־היסטאָריקער װלאַדימיר לעװין. דער שולהױף־קוואַרטאַל האָט שטאַרק געליטן בעתן חורבן, און נאָך דער מלחמה האָבן די סאָװעטן אַראָפּגענומען אַלע חורבֿות. איצט האָט מען אױפֿן דאָזיקן אָרט אָנגעהױבן אַרכעאָלאָגישע אױסגראָבונגען און געפֿונען דעם פֿונדעמענט פֿון דער בימה.

ליטעראַטור, גלײַך װי געשיכטע און אַרכיטעקטור, פֿאַרנעמט אַ היפּשן אָרט אין שיקס בוך. אין שײַכות מיט דער דאָזיקער טעמע האָט פּראָפֿעסאָר דזשאָסטין קאַמי רעפֿערירט װעגן די דרײַ ערשטע דיכטער פֿון דער גרופּע „יונג װילנע‟: לײזער װאָלף, אלחנן װאָגלער און שמשון כּהן. ד״ר לאַראַ לעמפּערט, אַליין אַ ווילנער תּושבֿ, האָט פֿאַרגליכן צװײ פּאָעטישע װיזיעס פֿון דער שטאָט אין די לידער פֿון משה קולבאַק און זלמן שניאור. דיאַנאַ שאַפּיראָ (ירושלים) האָט באַהאַנדלט דעם פּױלישן פּאָעטישן קוק אױף װילנע, װאָס האָט קױם באַמערקט די ייִדן. צװישן די אָנטײלנעמער און אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געװען ד״ר מינדאַוגאַס קװעטקאַוסקאַס, אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער װאָס פֿאַרנעמט הײַנט דעם פּאָסט פֿון דעם קולטור־מיניסטער פֿון ליטע (אַ פּנים, איז ליטע דאָס אײנציקע לאַנד, װוּ דער קולטור־מיניסטער רעדט ייִדיש און איז אַ מומחה אױף דער ייִדישער ליטעראַטור!). זײַן טעמע איז געװען דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון משה װאָראָבײטשיק, און בפֿרט זײַנע פֿאָטאָגראַפֿישע מאָנטאַזשן פֿון װילנע.

בײַם שלוס פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט מען זיך אומגעקערט צו אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה. פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס האָט מחיה־מתים געװען די זאַפֿטיקע שפּראַך פֿון די װילנער גאַסן, װאָס האָט זיך אָפּגעהיט אין די מעשׂיות פֿון אײַזיק מאיר דיק, און פּראָפֿעסאָר אבֿנר האָלצמאַן האָט געמאַכט אַן איבערזיכט פֿון די העברעיִשע צײַטשריפֿטן, װאָס זײַנען אַרױס אין װילנע אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

אינעם גײַסט פֿון שיקס טראַגיש איבערגעריסענעם פּראָיעקט, האָבן די רעפֿערענטן, כאָטש אויף אַ קורצער צײַט, באַוויזן אויפֿצולעבן בײַם עולם די ווילנער ייִדן פֿאַרן חורבן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version