פֿאָרווערטס־רעקלאַמע: „סטילוועל בעטהס‟Forverts Ad: Stillwell Baths
די בעדער אויף קאָני־אײַלענד זענען געווען אַ סינטעז פֿון אַן אייראָפּעיִשן קוראָרט מיט אַ מאָדערנעם ספּאַ.

Image by Forward Archives
די רוסיש־טערקישע בעדער האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿונעם ייִדישן אימיגראַנט בײַם בראשית פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דער באָד איז געווען אַן אָרט, וווּ מע האָט זיך געקענט אָפּרוען און פֿאַרברענגען מיט אַנדערע. אין דער אַלטער היים איז דער באָד געווען אַ לוקסוס, אין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַ טייל פֿון דער מאַסן־קולטור. פֿריִער האָב איך געשריבן וועגן אַ רעקלאַמע פֿאַר אַזאַ באָד אין בראָנקס אָבער יענער בראָנקסער באָד איז אַ שרעטעלע אין פֿאַרגלײַך מיטן אַמאָליקן „סטילוועל בעטהס‟.
די „סטילוועל בעטהס‟ האָבן זיך געפֿונען אויף קאָני־אײַלענד, אַריבער דער גאַס פֿון דער אונטערבאַן־סטאַנציע אויף סטילוועל־עוועניו. ער איז געווען אַ ריזיקער קאָמפּלעקס בעדער, שוויצבאָדן און ספּאַען. אַוודאי האָט מען געקענט גיין „זיך אָנשוויצן‟ אינעם רוסיש־טערקישן שוויצבאָד אָבער עס זענען אויך געווען שווימבאַסייען, עלעקטרישע מאַשינען וווּ מע האָט זיך געקענט אָפּברוינען אַזוי ווי מע וואָלט געלעגן אונטערן זון, זאַלצוואַסער בעדער, מאַסאַזש־צימערן, אַ זונצימער און נאָך. אינעם ווינקל פֿון דער רעקלאַמע אויף רעכטס, אונטן, זעט מען אַ מאָדנע טעראַפּיע באַקאַנט ווי דער „שאָטלענדישער שפּריץ‟, אין וועלכער מע האָט באַשפּריצט דעם פּאַציענט מיט קאַלט און דערנאָך הייסוואַסער. די טעראַפּיע האָט צוגעזאָגט צו „פֿאַרשטאַרקן די נערוון און אָפּפֿרישן דעם גאַנצן קערפּער‟ אָבער זי זעט מיר מער אויס ווי אַ מין פֿאַרפּײַניקונג־קאַמער פֿון אַ פֿוטוריסטישן פֿילם.
אין דער ייִדישער אימיגראַנטישער קולטור, האָט מען באַטראַכט קאָני־אײַלענד ווי אַ מין אייראָפּעיִשן קוראָרט. אַחוץ דער פּלאַזשע, איז קאָני־אײַלענד געווען אַנדערש פֿון אַן אייראָפּעיִשן קוראָרט, ווײַל להיפּוך צו אַ קוראָרט מיט זײַנע נאַטירלעכע וואַסערן און וואַרעמע בעדער זענען אַלע קאָני־אײַלענדער אַקטראַקציעס און געווען קינסטלעכע — פּראָדוקטן פֿון אַרבעט און קאַפּיטאַל. דער מאָדנער סינטעז פֿון אַלט און נײַ, נאַטירלעך און קינסטלעך־געמאַכטע, האָט דערפֿירט צו דעם, אַז קאָני־אײַלענד זאָל ווערן אַ באַליבטע טעמע בײַ אַ סך ייִדישע שרײַבער, וווּ משה נאַדיר און שלום אַש.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
