פֿונעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו: אַ טיי וואָס יעדער רוסישער „ליבט‟Forverts Archive: A Tea That Every Russian Loves
דער אַנאָנס זאָגט עדות אויף דעם, אַז דאָס רעקלאַמירן רוסישע פּראָדוקטן איז אין 1918 געווען פּאָליטיש שווער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די דאָזיקע טיי־רעקלאַמע איז אַ מישמאַש פֿון שפּראַכן און אידעאָלאָגיעס. באַצירט פֿון אַ סילועט פֿונעם קרעמל און צוויי מענער וואָס טראָגן קוטשמעס בשעתן טרינקען אַ גלעזל טיי, זאָגט צו די רעקלאַמע אַז דער דאָזיקער טיי האָט אַ טעם, וואָס איז „אוממעגלעך נאָכצומאַכן‟ און וואָס „יעדער רוסישער ליבט‟. מחמת די רעקלאַמע איז געשריבן אויף ייִדיש און איז געדרוקט געוואָרן אינעם פֿאָרווערטס, איז אַזאַ דערקלערונג אַ ביסל קאָמפּליצירט. געוויסע אַמעריקאַנער ייִדן האָבן, אַ פּנים, ליב געהאַט דעם רוסישן טיי, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי זענען דווקא אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד צוליב פּאָגראָמען.
דערצו, איז דאָס אַרויסווײַזן רוסישקייט אין 1918 געווען אַ היפּש ביסל פּראָבלעמאַטיש. מיט אַ יאָר פֿריִער האָט לענין געשלאָסן אַ שלום־אָפּמאַך מיט די „מיטלמאַכטן‟ כּדי אַרויסצוציִען רוסלאַנד פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. צוליב דעם וואָס רוסלאַנד איז געווען אַליִיִרט מיט אַמעריקע קעגן די „מיטלמאַכטן‟ מיט דײַטשלאַנד בראָש, זענען, פֿאַרשטייט זיך, די אַמעריקאַנער דעמאָלט ניט געווען אַזוי פֿרײַנדלעך געשטימט צו רוסלאַנד. אפֿשר צוליב דעם דריקט אָפּ די טיי־פֿירמע אַן אַנאָנס, אַז מע זאָל קויפֿן קריגסמאַרקן, כּדי אונטערצושטיצן די אַמעריקאַנער אַרמיי.
פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע, איז די „פּאָפּאָף‟־פֿירמע געווען איינע פֿון די אָנפֿירנדיקסטע טיי־פֿירמעס אין רוסלאַנד. איר גרינדער, קאָלאָנעל פּאָפּאָף, איז געווען אַ פּיאָנער פֿון דער טיי־קולטיוואַציע אין די קאַווקאַזן. די פֿירמע איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם סאָוועטישן רעזשים.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
