„ייִוואָ‟־זומער־רעפֿעראַטן אויף ייִדיש קען מען איצט זען „אָנלײַן‟YIVO Summer Lecture Series in Yiddish Now Online
צווישן די טעמעס: די השפּעה פֿון די ייִדיש־רעדערס אויף ניו־יאָרק און די ראָלע פֿון פֿרויען אין שאַפֿן די ייִדישע ליטעראַטור פֿון מיטל־עלטער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם זומער איז בײַם ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟ פֿאָרגעקומען אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף מאַמע־לשון אין צוזאַמענהאַנג מיט דער זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך און קולטור. כּדי די זומער־פּראָגראַם־סטודענטן זאָלן קענען קומען אויף די רעפֿעראַטן, האָט מען זיי געהאַלטן נאָכמיטאָג. עטלעכע „פֿאָרווערטס‟־לייענער האָבן זיך באַקלאָגט, מחמת זיי אַרבעטן במשך פֿונעם טאָג און האָבן ניט געקענט הערן די רעפֿעראַטן.
לכּבֿוד די וועלכע האָבן פֿאַרפֿעלט די לעקציעס, האָט דער „ייִוואָ‟ לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט די גאַנצע סעריע רעפֿעראַטן אויף „יוטוב‟, אַלע זאָלן קענען געניסן דערפֿון. אָט זענען קורצע באַשרײַבונגען פֿון די רעפֿעראַטן, צוזאַמען מיט די פֿאַרבינדונגען צו די ווידעאָס:
ד׳׳ר יודזשין אָרנשטיין גיט אַן איבערזיכט פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון יאָר 1272 ביזן 20סטן יאָרהונדערט. צווישן אַנדערע טעמעס באַשרײַבט ער די ראָלע פֿון פֿרויען בײַם שאַפֿן די ייִדישע ליטעראַטור פֿון מיטל־עלטער, די השפּעה פֿון דער השׂכּלה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָנדערנער ייִדישער ליטעראַטור און די ראָלע פֿון דער ייִדישער פּרעסע בײַם שאַפֿן די ייִדישע קולטור.
ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן רעדט וועגן דעם אַשכּנזישן פֿאָלקלאָר און דעם אופֿן ווי אַזוי ער שיידט זיך אונטער פֿון דער פֿאָלקלאָר־טראַדיציע בײַ אַנדערע פֿעלקער. אינעם רעפֿעראַט דערקלערט ער אויך ווי אַזוי די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין פּוילן און אַמעריקע האָבן געזאַמלט זייער מאַטעריאַל.
ד׳׳ר דניאל סויער רעדט וועגן דער השפּעה פֿון ניו־יאָרק אויף דער ייִדישער ליטעראַטור און וועגן דער ווירקונג פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אויף דער שטאָט.
ד׳׳ר דוד בראַון רעדט וועגן דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע און דערקלערט וועגן פֿאַרשידענע טערמינען, וואָס מענטשן באַנוצן צו די כּלערליי וואַריאַנטן פֿון ייִדיש, אַרײַנגערעכנט: „פּאָטייטאָ־ייִדיש‟, „דײַטשמעריש‟, סאָוועטיש־ייִדיש, חסידיש־ייִדיש, גאַליציאַנער/פּויליש־ייִדיש, ליטוויש־ייִדיש, „כּלל־ייִדיש‟ און „ייִוואָ־ייִדיש‟.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
