Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אלול און דער אונגערישער רבי, דער „ייטבֿ לבֿ‟Elul and the Hungarian Rebbe, the Yetev Lev

אַ דאַנק רבי יקותיאל־יהודהס נשמה־אימפּעט, איז אונגערן געוואָרן אַ צענטער פֿון חסידיזם.

דער נאָמען פֿונעם הײַנטיקן חודש, אלול, ווערט אָפּגעטײַטשט אין די חסידישע ספֿרים, ווי די ראָשי־תּיבֿות דער פֿראַזע „אַני לדודי ודודי לי‟ – איך צו מײַן פֿרײַנד און מײַן פֿרײַנד צו מיר.

מיט אַזעלכע ווערטער שילדערט שלמה המלך אין זײַן „שיר השירים‟ די באַציִונגען צווישן דעם רבונו־של־עולם און דער כּנסת־ישׂראל — די קאָלעקטיווע נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דער גרינדער פֿון חב״ד, רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דערקלערט, אַז אין חודש אלול געפֿינט זיך דער רבונו־של־עולם, כּבֿיכול, אין אַ פֿעלד, אויפֿן וועגן צו זײַן פּאַלאַץ, וווּ ער וועט מישפּטן די וועלט אין ימים־נוראָים. לויט רבי נחמן בראַצלעווער, איז תּמיד גוט זיך אויסצוגיסן דאָס האַרץ פֿאַרן אייבערשטן אין אַ וויסטן וואַלד צי פֿעלד — לאַוו־דווקא אין אלול.

בײַם אָנהייב פֿון אונדזער סדרה שטייט דעם אייבערשטנס אָנזאָג אײַנצושטעלן דיינים און אויפֿזעער „בײַ אַלע אײַערע טויערן‟, כּדי זיי זאָלן מישפּטן דאָס פֿאָלק און פֿאַרזיכערן, אַז דער פּסק ווערט אויסגעפֿירט. על־פּי פּשט, קלינגט אָט־די מיצווה ווי אַ רוף צו אַ מין טעאָקראַטיע. גאָר אַנדערש קוקן אויף די דאָזיקע פּסוקים די חסידישע רביים, וועלכע זאָגן: „איר דאַרפֿט טאַקע אײַנשטעלן די דיינים און אויפֿזעער בײַ אַלע טויערן פֿון אײַער אייגן האַרץ און מוח, נישט פֿאַרגעסן פֿונעם אייגענעם נשמה־קאָנטראָל אויף יעדן טריט פֿון אײַער לעבן. אַוודאי, מוז מען פֿון צײַט צו צײַט פֿרעגן בײַ אַ רבֿ אַ שאלה, אָבער די וויכטיקסטע ׳שופֿטים ושוטרים׳ זענען אין אײַך אַליין.‟

דער הײַנטיקער ערבֿ־שבת איז דער יאָרצײַט פֿון רבי יקותיאל־יהודה טייטלבוים (1808-1883), דער זיידע פֿונעם גרויסן סאַטמאַר רבין, יואל טייטלבוים. אַחוץ זײַן ראָלע ווי אַ פֿאָרגרינדער פֿון דער גרעסטער חסידישער באַוועגונגע אין דער וועלט — סאַטמאַר — האָט רבי יקותיאל־יהודה, באַקאַנט ווי דער „ייטבֿ לבֿ‟ נאָך זײַן פּאָפּולערן ספֿר פֿון תּורה־דרשות, געשפּילט גאָר אַ גרויסע ראָלע אינעם פֿאַרשפּרייטן דעם חסידישן נוסח ייִדישקייט אין אונגערן. אין זײַנע ספֿרים שפּילט טאַקע גאָר אַ גרויסע ראָלע די דערמאָנטע אלולדיקע טעמע פֿון דער פּערזענלעכער עבֿודת־התּשובֿה.

דעם „ייטבֿ לבֿס‟ טאַטע איז געווען אלעזר־ניסן טייטלבוים, אַ דיין אין דראָביטש און דער זון פֿונעם באַרימטן „ישׂמח משה‟. חסידות האָט אָנגעהויבן זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַן עכטער מאַסן־באַוועגונג דווקא אין אונגערן, אין 1858, ווען דער „ייטבֿ־לבֿ‟ האָט געגרינגעט אַ גרויסע קהילה אין סיגעט. זײַן ישיבֿה האָט צוגעצויגן אַ סך תּלמידים פֿון אַנדערע שטעט און איז געוואָרן אַ גרויסער צענטער פֿון חסידישער השפּעה אין גאַנץ עסטרײַך־אונגערן.

די שטאָט סיגעט, וואָס הייסט אויף רומעניש סיגעטו־מאַרמאַציי, געפֿינט זיך איצט אויף סאַמע צפֿון רומעניע, ממש בײַ דער גרענעץ מיט אוקראַיִנע. וועגן דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן שטעטל האָט נישט ווייניק געשריבן אַן אַנדער באַרימטער סיגעטער ייִד, דער שרײַבער עליע וויזעל.

להיפּוך צו געוויסע שטרענגע רבנים, האָט דער „ייטבֿ־לבֿ‟ צוגעצויגן אַן עולם דורך זײַן אויסערגעוויינלעך ווייכן, וואַרעמען כאַראַקטער.

זײַנע תּלמידים און אייניקלעך דערמאָנען זיך, אַז דער „ייטבֿ לבֿ‟ האָט זיך באַצויגן צו יעדן מענטש מיט אַ באַזונדער גרויסער ענווה. זײַן איידעם, דער גאָרליצער רבֿ, באַמערקט אָבער, אַז זײַן שווער איז געווען „אַ צעבראָכענער ייִד‟; יעדע מיצווה, וואָס אַ פּשוטער ייִד האָט געטאָן, האָט בײַ אים גורם געווען אַ התלהבֿות מיט געוויין. למשל, ווען ער האָט דערזען, ווי עמעצער לייגט פּשוט תּפֿילין מיט אַ ברכה אין דער פֿרי, האָט ער אויסגעשריגן „אָמן‟ און מיט טרערן אין די אויגן געזאָגט: „אָט זעט די יראת־שמים פֿון אַ ייִד, וואָס מאַכט אַ ברכה!‟

אַזעלכע האַרציקע עמאָציאָנעלע מעשׂיות זענען טאַקע פּאַסיק פֿאַרן חודש אלול, ווען מע טוט תּשובֿה, מע בעט מחילה און מע איז מוחל די עוולות וואָס אַנדערע האָבן אונדז געטאָן; ווען מע פֿאַרטראַכט זיך, אַז דער אייבערשטער שטייט איצט „אין אַן אָפֿן פֿעלד‟ און מע קען זיך מיט אים איבערבעטן.

ס׳איז כּדאַי זיך אָבער צו דערמאָנען, אַז אַזאַ האַרציקער גײַסט האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אונדזערע קהילות, אַפֿילו נישט־חסידישע, אין אַ גרויסער מאָס צוליב אַזעלכע כאַריזמאַטישע חסידישע נשמות, ווי רבי יקותיאל־יהודה טייטלבוים.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.