װען ייִדן האָבן אײַנגעגלידערט „טין פּאַן אַליי‟ אין זייער מוזיקWhen the Jews Embraced Tin Pan Alley
ייִדישע פֿאַרלאַגן און טעאַטער־שטערן האָבן אָנגעשטעלט קופּלעטיסטן צו מאַכן ייִדישע פּאַראָדיעס פֿון די פּאָפּולערסטע אַמעריקאַנער לידער.
„אין די 1890ער יאָרן האָבן ייִדישע מעלאָדראַמע־שרײַבער פּראָסט־פּשוט גענומען באַרימטע אַמעריקאַנער שלאַגערס צװישן די ‘פּאַפּיולער סאָנגס’ און צוגעפּאַסט ייִדישע טעקסטן צו די מעלאָדיעס. דאָס האָט זײער שטאַרק אױסגענומען בײַ דעם ברײטן ייִדישן אימיגראַנטן־עולם… פֿאַר דעם קומענדיקן היסטאָריקער פֿון דעם ייִדיש־אימיגראַנטישן לעבן אין אַמעריקע ליגט אין די דאָזיקע טעקסטן צוגעגרײט אַן אוצר מאַטעריאַלן.‟
נ. ב. מינקאָװ, „פּיאָנערן פֿון ייִדישער פּאָעזיע אין אַמעריקע‟
ווי אַ מוזיקערין האָב איך ליב באַהאַלטענע, פֿאַרגעסענע לידער. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך געפֿונען די „מאָרריס רונד ניקל־לידער‟ (אַ קאָלעקציע פֿון צװײ הונדערט בויגנס מיט נאָטן װאָס פּעדלערס האָבן פֿאַרקויפֿט אױף דער גאַס צווישן די יאָרן 1895 און 1914) און האָב ווידער צונויפֿגעפֿירט די טעקסטן מיט זײערע מעלאָדיעס און זײ רעקאָרדירט.
די לאָנדאָנער קלעזמער־זינגערין און מוזיק־פֿאָרשערין ד״ר װיװי לאַקס האָט מײַן אַרבעט געלײענט און געהערט, האָט זי מיר לעצטנס געשיקט עטלעכע און צװאַנציק נומערן פֿונעם ייִדישן מוזיקבלאַט „לידער מאַגאַזין‟ וואָס זענען אַרױס אַ ביסל פֿריִער פֿון די ניקל־לידער. זי האָט זײ געהאַט געפֿונען אין ייִװאָ. (אין דעם אָנלײַן־קאַטאַלאָג געפֿינט מען זײ ניט). זײ זײַנען די זעלבע לידער װעגן װעלכע מינקאָװ האָט געשריבן, און איך בין מסכּים מיט מינקאָװן, אַז זײ אַנטפּלעקן אַ װעלט.
דער „לידער מאַגאַזין‟ איז אָפּגעדרוקט געוואָרן דורכן פֿאַרלאַג „דיא היברו פּאָבלישינג קאָמפּאַני‟ אין ברוקלין אָבער דער פֿאַרלעגער יהודה קאַצענעלענבאָגען האָט דעמאָלט געהאַלטן די דרוקרעכט. קאַצענעלענבאָגען איז געבוירן געװאָרן אין װילנע אין 1863; צענדליקער יאָרן האָט זײַן משפּחה דאָרט געהאַט אַ דרוקערײַ. אין 1887 האָט ער עמיגרירט קײן אַמעריקע און באַלד נאָך דעם איז זײַן ביכערקראָם אױף קאַנאַל־סטריט געװאָרן אַ קולטור־צענטער.
באַמערקנדיק אַז דאָס פּובליקירן די נאָטן האָט געבראַכט רװח די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן האָט קאַצענעלענבאָגען אין 1887 אַרױסגעגעבן „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ און האָט מיט דעם ליד געהאַט גרױס דערפֿאָלג. בכן האָט ער אַרױסגעגעבן די נאָטן פֿון אַנדערע לידער און האָט אין 1897 זײ צוזאַמענגעשטעלט אינעם ייִדישן וואָכנבלאַט, „אידישע ביהנע‟. דאָס זענען געווען, האָט ער געשריבן, „טעאַטער קופּלעטן, אַרבעטער און פֿאָלקס־לידער און דעקלאַמאַציאָנעס צוזאַמענגעשטעלט פֿון יהודה קאַצענעלענבאָגען, הערױסגעגעבן צום 20 יאָריקן יובילײ פֿון אידישן טעאַטער.‟
אין דעם זעלביקן פֿאָרמאַט איז אַרויס דער „לידער־מאַגאַזין‟. אין יעדן נומער געפֿינט מען לידערטעקסטן פֿון אַן אָפּערעטע און אױך פּאַראָדיעס פֿון אַמעריקאַנער שלאַגערס. די אימיגראַנטן האָט זיך שטאַרק געגלוסט זינגען די לידער װעלכע האָבן געקלונגען אין אַלע גאַסן און זאַלן. אין דער אָפּערעטע „געט יאָר מאָני׳ס װאירטה‟ האָט בעסי טאָמאַשעפֿסקי געזונגען:
„אַלטע לידער װײס איך װילט איר שױן ניט הערן מער
און מיר אַלײן צו זינגען אַלטע לידער איז אױך שװער.‟
ייִדישע פֿאַרלאַגן און טעאַטער־שטערן האָבן אָנגעשטעלט קופּלעטיסטן זײ זאָלן מאַכן ייִדישע פּאַראָדיעס פֿון די פּאָפּולערסטע אַמעריקאַנער לידער. „אַ גאַנצע פּלעיאַדע קופּלעטן־שרײַבער האָבן קולטיװירט דעם דאָזיקע זשאַנער,‟ שרײַבט מינקאָװ. שאָמער, מיכל אַראָנסאָן, יוסף באָװשאָװער, ד. מײעראָװיץ, זיגמונד מאָגולעסקאָ, לואיס קאָפּעלמאַן, שלמה שמולעװיטש, מאָריס ראָזענפֿעלד, דוד עדעלשטאַדט… פֿון דעסטװעגן זענען כּמעט האַלב פֿון די לידערטעקסטן געשאַפֿן געוואָרן פֿון בלויז צוויי קופּלעטיסטן. יצחק רײנגאָלד און לואיס גילראָד האָבן געשריבן הונדערטער ייִדישע טעקסטן מיט „טין פּאַן אַלײ‟־מעלאָדיעס. קײנער האָט זײ ניט רעקאָרדירט — אפֿשר װײַל די מעלאָדיעס זײַנען געגנבֿעט געװאָרן.
„טין פּאַן אַלײ‟ באַטײַט די גרופּע ניו־יאָרקער מוזיק־פֿאַרלעגער און קאָמפּאָזיטאָרן וואָס האָבן דאָמינירט די אַמעריקאַנער פּאָפּולערע מוזיק בײַם סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. זייערע סטודיאָס האָבן זיך געפֿונען, בדרך־כּלל, אױף 28סטער גאַס צװישן 5טן און 6טער עװעניו אין ניו־יאָרק. בשעת די קאָמפּאָזיטאָרן האָבן פֿאַרפֿאַסט זײערע לידער האָבן די טענער פֿון הונדערטער פּיאַנעס געקלונגען איבער די גאַסן, ממש ווי אַ קאָנצערט פֿון טומלדיקע טעפּ.
די ייִדישע קופּלעטיסטן האָבן, צום גרעסטן טייל, אָפּגעװאָרפֿן די אַמעריקאַנער סוזשעטן (סענטימענטאַלע מעשׂיות פֿון קלײנשטעטלדיקע אומשולדיקע מײדלעך) און אַנשטאָט דעם געשריבן װעגן, למשל, ערנסטע אַרבעטער־צרות, אַזוי ווי אינעם ליד, „רײַסט אַראָפּ די שלעסער‟ וואָס איר קענט הערן דאָ מיטן ווײַטערדיקן טעקסט:
אָך, רײַסט אַראָפּ די שלעסער! אַרבעטער, נעמט װאָס אײַך קומט!
די אוצרות האָט איר בעשאַפֿן, די פּאַלאַצן זינט פֿאַר אײַך בעשטימט.
צעשמעטערט די פּיאַװקעס װאָס זױגן און פּלאָגן אײַך פֿון אײביק אָן.
אָה! רײַסט אַראָפּ די שלעסער און ציט אױף די רױטע פֿאָן!
אױך פּאָפּולער זײַנען געװען סאַטירישע מעשׂיות פֿון שװינדל, אָלרײַטניקעס, באָרדערס און דעם אָפּוואַרפֿן ייִדישקײט. די אַמעריקאַנער נישט־ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן איז שוין געהאַט נימאס געוואָרן זייער אייגענע מוזיק — ווי, למשל, די „יענקי וואַלסן‟ — האָבן זיי אָנגעהויבן נאָכמאַכן די לידער וואָס די אירלענדער, דײַטשן, ייִדן און אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער האָבן באַניצט אין זייערע וואָדוויל־שטיקלעך.
פֿון די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פּיאַניסטן אין די סאַלאָנען האָט מען צום ערשטן מאָל געהערט דעם „אָפּגעשליסענעם ריטעם‟ פֿון „ראַגטײַם‟. דעם ערשטן גרױסן שלאַגער פֿון דעם זשאַנער, All Coons Look Alike To Me האָט דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער וואָדוויל־פֿאַרווײַלער ערנעסט האָגאַן פּובליקירט, אָבער ער האָט עס אַלײן געגנבֿעט פֿון אַ סאַלאָן־פּיאַניסט, איבערבײַטנדיק נאָר אײן װאָרט פֿונעם ליד. צװײ ייִדן האָבן איבערגעביטן דעם טעקסט: „אַלע זײַנען פּונקט װי איך‟ (אַנאָנים) און אין אַ װערסיע פֿון הײַמאַן מײזעל דערקלערט ער:
װען עס קומט דער טאָג פֿון פּרעזידענט צו קלױבן
„װאָוט פֿאָר מי!‟ שרײַט דער רעפּובליקאַנער
„הי איז נאָו גוד!‟ שרײַט דאָרט דער דעמאָקראַט
„אַל די פּרעזידענטס, דײ אַר די סײם טו מי…‟
קבצן בלײַבט קבצן בײַ יעדן פּרעזידענט
אין סטריט ליגט ער אַלץ אײנס, װען ער האָט ניט אױף קײן רענט
אַלע פּרעזידענטן זײַנען פֿײַנע לײַט צוגלײַך
נאָר די מכּה איז, װאָס זיך האָבן זײ בעסער ליב װי אײַך.‟
דאָס דרוקרעכט־געזעץ פֿון 1909 האָט באַפֿעסטיקט די מאַכט פֿון די אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן און ביסלעכװײַז האָבן די גנבֿות פֿון מעלאָדיעס זיך אײַנגעשטילט. דערצו האָבן די ייִדן זיך ביסלעכװײַז אַסימילירט און מער ניט געדאַרפֿט די פּאַראָדיעס. די מאָדנע מישלינגען זענען כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן ביז הײַנט.
איך בין אָבער אַ שטיצער פֿון יענע פֿאַרגעסענע, איגנאָרירטע לידער און האַלט פֿון דעם וואָס חנן י. מינקעסן האָט געשריבן אין זײַן הקדמה צו דער „אידישע ביהנע‟:
„עס זײַנען דאָ [געוויסע] לידער אין [דעם] בוך קעגן װעלכע מאַנכע קריטיקער קענען פֿיל אױסזעצן. מיר האָבן אָבער געדרוקט אַלע, מיר האָבן געװאָלט געבן אַ פֿולשטענדיקע קאָלעקציאָן, [כּדי] דער צוקונפֿטיקער שרײַבער פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון אַמעריקע זאָל האָבן דעם מאַטעריאַל אין גאַנצן, גוטע לידער, שלעכטע לידער. אַזוי לאַנג ווי זײ זײַנען אַקצעפּטירט געװאָרן פֿון פֿאָלק זײַנען זײ װיכטיק. פֿון זײ װעט דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער קענען [באַשרײַבן] אַ באַגריף איבער דעם ריכטיקן געשמאַק פֿון פֿאָלק און זײַן אַנטװיקלונג
דזשיין פּעפּלער איז אַ פֿאָרשערין פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיק און די פּראָדוצירערין פֿונעם קאָמפּאַקטל Yiddish Ragtime
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO