Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שיל־אַרכיטעקטור װי אַ שפּיגל פֿון דער ייִדישער אידענטיטעטSynagogue Architecture as a Mirror of Jewish Identity

ייִדישע בנינים דערצײלן די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון דעם אױפֿבלי, דער ירידה און די חורבֿות פֿונעם מיזרח־אײריפּעיִשן ייִדנטום.

די אַרכיטעקטישע לאַנדשאַפֿטן פֿון מיזרח־אײראָפּע האָבן זיך געענדערט לגמרי אין משך פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. די צװײ װעלט־מלחמות האָבןּ חרובֿ געמאַכט גאַנצע געגנטן, און די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אױפֿגעבױט נײַע פֿאַבריקן און ביליקע הײַזער פֿאַר אַרבעטער. אָבער דעם גרעסטן שאָדן האָבן געליטן ייִדישע גאַסן און בנינים, װאָס זײַנען בכּיװן צעשטערט געװאָרן סײַ דורך די נאַציסטן און סײַ דורך די קאָמוניסטן. הײַנט מוז מען היפּש פֿאָרשן, כּדי צו דערגײן, װי אַזױ האָבן אױסגעזען די אַמאָליקע ייִדישע געגנטן אין װאַרשע, לעמבערג און אַנדערע אַלטע ייִדישע צענטערס פֿון מיזרח־אײראָפּע.

דאָס נײַע בוך „אינעם שאָטן פֿון אימפּעריעס: שיל־אַרכיטעקטור פֿון מיזרח־ און מיטל־אײראָפּע‟ פֿון ד”ר סערגײ קראַװצאָװ דערצײלט די געשפּאַנטע געשיכטע פֿון דעם, װי אײניקע פֿון די גרעסטע מיזרח־אײראָפּעיִשע שילן זײַנען אױפֿגעבױט, אָפּגעהיט און צעשטערט געװאָרן. אַ געבירטיקער פֿון לעמבערג, האָט קראַװצאָװ אױסגעפֿאָרשט אַ סך אַרכיװן און שטודירט די רעשטלעך פֿון אַמאָליקע שילן, כּדי צו רעקאָנסטויִרן די ייִדישע אַרכיטעקטישע ירושה.

אײנער פֿון די חשובֿסטע צעשטערטע ייִדישע מאָנומענטן איז די שיל „טורי־זהבֿ‟ אין לעמבערג, װאָס מען רופֿט אױך די „גילדענע רױז‟ און „נחמנאָװיטש־שיל‟. די סינאַגאָגע איז געשטאַנען אין דער געגנט װוּ ייִדן האָבן זיך באַזעצט סוף־פֿערצנטן יאָרהונדערט, אָבער מען האָט גענומען אױפֿבױען די דאָזיקע שיל ערשט נאָך דער גרױסער שׂריפֿה אין 1571. דאָס איז געװען די „גאָלדענע תּקופֿה‟ סײַ פֿאַר פּױלן סײַ פֿאַר די פּױלישע ייִדן. אַ רײַכער לעמבערגער סוחר יצחק בן נחמן האָט אָפּגעקױפֿט אַ שטח ערד, װוּ עס איז פֿריִער געשטאַנען אַ מיל און אַ שאַנדהײַזל, און האָט אױסגעפּועלט בײַ דעם פּױלישן קעניג אַ דערלױבעניש צו בױען אַ שיל פֿאַר זײַן משפּחה, כאָטש די קאַטױלישע קירך איז געװען קעגן דעם.

ער האָט געדונגען אַ באַקאַנטן איטאַליענישן אַרכיטעקט פֿון דער שװײץ, װאָס האָט זיך באַזעצט אין לעמבערג מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער. אין הסכּם מיט דער מאָדע פֿון יענער צײַט, האָט דער אַרכיטעקט אױפֿגעבױט דעם אָרון־קודש אינעם רענעסאַנס־סטיל. לכתּחילה איז דאָס געװען אַ קלײנער בנין, אָבער יצחקס זין מרדכי און נחמן האָבן די שיל פֿאַרגרעסערט און צוגעבױט אַן אָפּטײל פֿאַר פֿרױען. אינעם אָנהײב פֿונעם 17טן יאָרהונדערט איז די „טורי־זהבֿ‟ געװאָרן די שטאָטשיל פֿון לעמבערג. אָבער דעמאָלט האָבן זיך אַרײַנגעמישט די יעזויִטן און געטענהט, אַז ייִדן האָבן באַקומען די נחלה אומלעגאַל. דער ענין איז אַרײַן אין געריכט, װאָס האָט געהײסן איבערצוגעבן די געבײַדע דער קריסטלעכער קירך. ערשט נאָך עטלעכע יאָר פֿון יורידישע אָנקלאָגן האָט מען יצחקס זין אומגעקערט די געבײַדע.

דאָס פֿאָלק האָט אָבער געשאַפֿן אַן אײגענע לעגענדע װעגן דעם ראַטעװען פֿון דער שיל פֿון די קריסטלעכע הענט. די הױפּטהעלדין פֿון דער לעגענדע איז געװען נחמנס פֿרױ, רױז, װאָס איז כּלומרשט דערהרגעט געװאָרן װען זי האָט פֿאַרטײדיקט די שיל פֿון די קריסטן, הגם אין דער אמתן איז זי געשטאָרבן מיט 28 יאָר שפּעטער. צוליב דעם האָט די שיל באַקומען בײַם פֿאָלק דעם נאָמען „די גילדענע רױז‟. רױז איז געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿיגור בײַ לעמבערגער ייִדישע פֿרױען, װעלכע האָבן זיך געוווּנטשן אַז זי זאָל זײַן פֿאַר זיי אַ גוטע בעטערין. קראַװצאָװ באַמערקט, אַז ענלעכע לעגענדעס װעגן פֿרומע ייִדישע פֿרױען װאָס האָבן געראַטעװעט שילן זײַנען אויך פֿאַראַן אין אַנדערע ערטער, װי למשל איּּן דער שטאָט ברײַלע. זײער מוסטער איז אסתּר המלכּה. אָבער בעתן חורבן איז קײן נס ניט געשען, און די שיל איז צעשטערט געװאָרן דורך די נאַציסטן. הײַנט זײַנען פֿון דער שיל פֿאַרבליבן בלױז דער פֿונדאַמענט און אַ שטיקל פֿון דער װאַנט.

Shadows of Empire

די הילע פֿון ד״ר סערגײ קראַװצאָװס בוך, „אינעם שאָטן פֿון אימפּעריעס: שיל–אַרכיטעקטור פֿון מיזרח־ און מיטל–אײראָפּע‟ Image by Grünberg Verlag

די לעגאַלע עמאַנציפּאַציע פֿון ייִדן אין עסטרײַך אינעם נײַצנטן יאָרהונדערט האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער אַרכיטעקטור פֿון שילן און טעמפּלען אין לעמבערג, טשערנאָװיץ און אַנדערע ייִדישע צענטערס. די גאַליציאַנער און בוקאָװינער ייִדן האָבן זיך שטאָלצירט מיט זײער געשיכטע, און זײערע נײַע געבײַדעס האָבן נאָכגעמאַכט די סטילן פֿון די אַמאָליקע צײַטן. ספּעציעל פּאָפּולער איז דעמאָלט געװאָרן דער אַזױ־גערופֿענער מאָרינישער סטיל, װאָס האָט אימיטירט די מיטל־עלטערלעכע אַראַביש־שפּאַנישע אַרכיטעקטור. דאָס האָט דערמאָנט אַשכּנזישע ייִדן אָן דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון ספֿרד און באַטאָנט זײער מיזרחדיקן אָפּשטאַם. אײנער פֿון די די שענסטע מוסטערן פֿונעם דאָזיקן סטיל איז דער ייִדישער שפּיטאָל אין לעמבערג. די רעפֿאָרמיסטן אָבער זײַנען געװען אױסן צו באַטאָנען דעם אײראָפּעיִשן מהות פֿון זײער נוסח ייִדישקײט, און האָבן ליב געהאַט דעם קלאַסיציסטישן אָדער נעאָ־גאָטישן סטיל.

די ייִדישע אַרכיטעקטור, פֿאַרסך־הכּלט קראַװצאָװ, האָט כּסדר אָפּגעשפּיגלט דעם געשמאַק פֿון דער צײַט. פֿאַרמעגלעכע יחידים און גאַנצע קהילות האָבן געדונגען באַרימטע אַרכיטעקטן, כּדי צו בױען שילן אויפֿן סטיל פֿון דער תּקופֿה. פֿאַר יעדן סטיל האָט מען אױסגעפֿונען אײגנטימלעכע עלעמענטן, װאָס זאָלן אױסזען װי סימנים פֿון ייִדישקײט. אַזױ אַרום קען מען דערקענען די היסטאָרישע אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט אין די אַרכיטעקטישע סטילן פֿון די שיל־געבײַדעס.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.