אַלע 20 לעבעדיקע ערובֿניקעס זענען צוריק אין ישׂראלAll 20 living hostages are back in Israel
דאָס געשעעניש האָט אַרויסגערופֿן פֿריילעכע געשרייען בײַ צענדליקער טויזנטער מענטשן אינעם „ערובֿניקעס־פּלאַץ“ אין תּל־אָבֿיבֿ.

Photo by Chris McGrath/Getty Images
(ייִט״אַ). — אַלע 20 ישׂראלדיקע ערובֿניקעס, וואָס זענען לעבן געבליבן נאָכן פֿאַרכאַפּט ווערן דורך כאַמאַס מיט צוויי יאָר צוריק, האָט מען מאָנטיק צוריקגעבראַכט קיין ישׂראל, נאָך אַן עמאָציאָנעלן פֿרימאָרגן וואָס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿון ייִדן איבער דער וועלט.
אין פֿאַרגלײַך מיט פֿריִערידיקע פֿאַרהאַנדלונגען צו באַפֿרײַען די ערובֿניקעס, האָט כאַמאַס דאָס מאָל נישט געמאַכט קיין עפֿנטלעכע „צערעמאָניעס“ בײַם באַפֿרײַען די פֿאַרכאַפּטע ישׂראלים. דאָס איז געווען איינער פֿון די תּנאָים בײַ דער אַמעריקאַנער־אָנגעפֿירטער גרופּע, וואָס האָט דורכגעפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען פֿאַר אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד אין עזה די פֿאַרגאַנגענע וואָך.
אַ צווייטע זאַך וואָס מע האָט דאָס מאָל געטאָן אַנדערש: בעת די באַפֿרײַטע ערובֿניקעס האָבן געוואַרט אויף די אויטאָס פֿונעם רויטן קרייץ, האָט די פֿאַרהאַנדלונג־גרופּע זיי געבראַכט מאָבילקעס, כּדי זיי זאָלו קענען אָנקלינגען זייערע משפּחות. דערבײַ האָט זיך געשאַפֿן מאָדנע סצענעס, וווּ ישׂראלים רעדן פֿריילעך אויפֿן טעלעפֿאָן בעת עס שטייען לעבן זיי מאַסקירטע טעראָריסטן.
די משפּחה פֿון בר קופּערשטיין האָט אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ וווּ ער זאָגט דער מאַמען: „אַלץ איז בסדר, מאַמע. זאָרג זיך נישט.“
אין אַ צווייטן ווידעאָ זעט מען ווי עינבֿ זאַנגאַוקער, די מאַמע פֿון מתן אַנגרעסט, זאָגט אים: „די מלחמה איז אַרביער. איר קומט אַלע אַהיים. דו ביסט מײַן וועלט. איך האָב דיך ליב.“
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע אַרויסגעלאָזט פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, האָט געוויזן ווי גלי און זיוו בערמאַן, אַ צווילינג פֿאַרכאַפּט פֿון קיבוץ כּפֿר עזה, טרעפֿן זיך ווידער נאָכן זײַן צעטיילט אין געפֿענקעניש.
אַלון אוהל, וואָס מע האָט געזאָגט, אַז ער האָט געליטן וווּנדן אין די אויגן, האָט אָנגעטאָן אַ פּאָר זונברילן, וואָס עטלעכע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן האָבן אים געגעבן.
לישי מירן־לביא, וואַרטנדיק אויף איר מאַן עומרי מירן נאָכן רעדן מיט אים דורך „פֿייסטײַם“, האָט אָנגעקלונגען אירע צוויי טעכטערלעך און זיי געזאָגט: „דער טאַטע קומט אַהיים.“ באַלד נאָך דעם האָט דאָס פּאָרפֿאָלק סוף־כּל־סוף זיך ווידער פֿאַראייניקט.
די ערובֿניקעס האָבן אויסגעזען בלאַס און אויסגעדאַרט אָבער אַלע זענען געגאַנגען אָן שום הילף. בײַ עטלעכע פֿון זיי האָט אויסגעזען ווי זייער פֿיזישער מצבֿ האָט זיך דווקא פֿאַרבעסערט זינט די פֿריִערדיקע ווידעאָס וואָס כאַמאַס האָט פֿאַרשפּרייט פֿון זיי.
די ווידעאָס און פֿאָטאָגראַפֿיעס אין די נײַעס האָבן אַרויסגערופֿן פֿריילעכע געשרייען פֿון צענדליקער טויזנטער מענטשן וואָס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם „ערובֿניקעס־פּלאַץ“ אין תּל־אָבֿיבֿ — דאָס זעלבע אָרט וווּ מע האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר טרויעריק געדאַוונט אויף דער אויסלייזונג פֿון די פֿאַרכאַפּטע.
אַ צווייטע פֿאַרזאַמלונג מאָנטיק האָט זיך געשאַפֿן אין רעים, דעם קיבוץ לעבן עזה וווּ אַ סך פֿון די ערובֿניקעס זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן בעת דעם נאָוואַ־פֿעסטיוואַל דעם 7טן אָקטאָבער 2023. מאָנטיק איז דאָס טאַקע געווען דאָס ערשטע אָרט, וווּ די פֿאַרכאַפּטע פֿעסטיוואַל־באַטייליקטע האָבן זיך אָפּגעשטעלט, איידער זיי האָבן זיך פֿאַראייניקט מיט זייערע משפּחות.
איבערגעזעצט פֿון שׂרה־רחל שעכטער
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
