Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּראָפֿעסאָרין רופֿט פֿאַר שפּראַך־אַקטיוויזם אין ישׂראלProfessor Urges Language Activism In Israel

אילנה שוהמיס פֿאַרטיידיקן די שפּראַכן פֿון די פּליטים אין ישׂראל וועט אפֿשר גורם זײַן שטיצע פֿאַר ייִדיש און אַנדערע ייִדישלעכע שפּראַכן.

תּל־אָבֿיבֿ. — „דאָס פֿאַראינטערעסערט מיך…‟ אַזוי האָט מײַן ערשטער מדריך פֿונעם קיבוץ שטייגער־לעבן, רפֿאל אַשכּנזי — הײַנט אַ 87־יאָריקער חבֿר פֿון „קיבוץ להבֿות הבשן‟ — רעאַגירט ווען כ’האָב אים איבערגעגעבן דעם פֿרישן געדאַנק פֿון קולטור־ און שפּראַך־אַקטיוויזם אין לאַנד.

געבוירן איז אַשכּנזי אין בולגאַריע און באַהערשט הײַנט לאַדינאָ, רוסיש, העברעיִש, ענגליש און אַראַביש. אויך פֿאַר ייִדיש זוכט ער איצט אַ לערער, ווײַל שפּראַכן און זכּרון — אַזוי טענהט ער — זענען גוט פֿאַרן אויסהאַלטן דעם מוח אַקטיוו און געזונט. פֿאַרן רעדן מיט אים וועגן דעם נײַעם קולטור־ און שפּראַך־אַקטיוויזם האָב איך מורא געהאַט, אַז ער וועט זיך אָפּרופֿן מיט עפּעס אַ זײַטיקן שמייכל: „אוי, דניאל, דו ווידער מיט דײַנע חלומות…‟ אָבער זײַן רעאַקציע — „דאָס פֿאַראינטערעסערט מיך‟ — איז געווען פֿאַר מיר אַ שיינער סורפּריז און דער בעסטער באווײַז, אז עס שטעקט אין דעם געדאַנק עפּעס ווערטפֿול און צוציִיק.

בקיצור, כ’בין צוריקגעקומען פֿון יענעם קיבוץ מיט אַ געפֿיל אַז מיר זענען אויפֿן ריכטיקן וועג. ווער זענען דאָס די „מיר‟, וועט דער לייענער באַלד זיך דערוויסן. נאָר לאָמיר דערווײַל געבן נאָך איין בײַשפּיל פֿון אַ דערמוטנדיקן אָפּרוף. ווען אַריה יאַס פֿון חיפֿה, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט אין דער ישׂראל־טעלעוויזיע און קאָמוניקיר־מיטלען, האָט געהערט פֿון די נײַע ווינטן וואָס בלאָזן האָט ער צו מיר געשריבן: „איבעריק צו זאָגן ווי כ’אידענטיפֿיציר זיך און פֿיל זיך פֿאַרבונדן צו דער אידעע פֿון שפּראַך־אַקטיוויזם. כ’בין גרייט צו טאָן אַלץ וואָס ס’איז מעגלעך, כּדי פֿאַרשפּרייטן צווישן מײַנע באַקאַנטע די נײַע בשׂורה.‟

Language Conference

פֿיר פֿון די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ פֿונעם „פֿאַראיין פֿאַר געזעלשאַפֿט און שפּראַך‟, אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, יוני 2019. פֿון רעכטס: ד״ר מיכל טענענבוים, פּראָפֿ׳ אילנה שוהמי, ראָזאַלי סיטמאַן און אילנה ספּעקטאָר Image by Orly Hayim

און נאָך איין שטימע. גרשון טאַוגער פֿון הרצליה, אַ פֿריש פּענסיאָנירטער, האָט צוגעגעבן: „ס’געפֿעלט מיר דער פּראָיעקט ווײַל ס’באַפֿרײַט ייִדיש פֿון זײַן איזאָלירונג און דערמעגלעכט אַ סאָלידאַריטעט־טעטיקייט מיט פֿיל אַנדערע שפּראַכן. די געשיכטע פֿון ייִדיש ווײַזט דאָך אָן אויף אַ כּסדרדיקער באַרירונג מיט אַנדערע לשונות און קולטורן.‟

ווי אַזוי האָט די נײַע אידעע באַקומען אַ שטויס פֿאָרויס? אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט איז טעטיק אַן אומאָפּהענגיקער „פֿאַרבאַנד פֿאַר שפּראַך און געזעלשאַפֿט‟. דער דאָזיקער פֿאַרבאַנד איז פֿאַרבונדן מיטן חינוך־פֿאַקולטעט און נאָך מער — מיט פּראָגראַמען וואָס באַהאַנדלען אַלע אַספּעקטן פֿון פֿילשפּראַכיקייט. אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָט מען מיך אויף זייערע קאָנפֿערענצן פֿאַרבעטן צו רעדן וועגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער שפּראַך. דעם יאָר האָב איך געדינט ווי דער פֿאָרזיצער פון אַ סעסיע געווידמעט שפּראַכפּראָבלעמען בײַ פּליטים און אויסלענדישע אַרבעטער. צום שלוס פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ, דעם 24סטן יוני, איז פּראָפֿ’ אילנה שוהמי, אַ וועלט־באַרימטע פֿאָרשערין פֿון די אויבן דערמאָנטע געביטן און וועגן דער שפּראַך־לאַנדשאַפֿט (Language Landscape בלע״ז) אַרויס מיט אַ רוף אַז ס’איז דרינגענדיק זיך צו אַנגאַזשירן און מוטיקן אַ פּראַקטישן אַקטיוויזם. ס’איז ניט גענוג אָנצוּווײַזן ווי עס ווערן באַעוולט די שפּראַך־רעכט פֿון פֿאַרשידענע מינדערהײטן אין לאַנד, נאָר מ’מוז עפּעס טאָן כּדי צו פֿאַרבעסערן די לאַגע און ברענגען א תּיקון.

Language Conference

ד״ר מיכל טענענבוים און דרײַ סטודענטקעס וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ Image by Orly Hayim

די שפּראַכן־פֿראַגע איז אַ מאָל געשטאַנען אין צענטער פֿון דער ציוניסטישער טאָג־אָרדענונג. צוזאַמען מיט די אידעאַלן פֿון פּראָדוקטיוויזאַציע און ערדאַרבעט, זעלבסטשוץ און פּאָליטישער סוּוועריניטעט איז אויך דער אומקער צו דער העברעיִשער שפּראַך געווען אַ צענטראַלער קאָמפּאָנענט. ניט ווייניק דיסקוסיעס זענען, בעיקר פֿאַר דער אַנשטייונג פֿון דער מדינה, פֿאָרגעקומען אַרום דער העברעיִשער שפּראַך וואָס האָט געזאָלט פֿאַרבײַטן ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן. הײַנטצוטאָג איז דער מצבֿ רעלאַטיוו שטיל. קיינער גייט זיך ניט שלאָגן פֿאַר אָדער קעגן דעם סטאַטוס פֿון העברעיִש. פֿון דעסטוועגן זענען נישט לאַנג צוריק פֿאָרגעקומען הייסע דיסקוסיעס נאָכן באַשטעטיקן אין כּנסת דעם געזעץ וואָס האָט, לטובֿת דער העברעיִש־פּרעפֿערענץ, אַפֿילו אַראָפּגענידערט דעם אָפֿיציעלן סטאַטוס פֿון אַראַביש.

אַ ספּעציעלן טראָפּ לייגט דער נײַער אַקטיוויזם אויף די ייִדישע שפּראַכן און דאָס וועט מסתּמא גוט אויפֿגענומען ווערן דורך דער ברייטער באַפֿעלקערונג צוליב אַ קלאָרער סיבה: אין הײַנטיקן מצבֿ ווערן נאָר אין דער אַקאַדעמיע (בעיקר אין די אוניווערסיטעטן פֿון ירושלים, חיפֿה און בר־אילן) געפֿאָרשט די ייִדישע שפּראַכן ווי אַ קולטור־קאָרפּוס; בײַ דעם אַלגעמיינעם ציבור הערט מען ווייניק וועגן ייִדיש, לאַדינאָ אָדער דעם ייִדיש־מאַראָקאַנער לשון, און מע ווייסט אַפֿילו ניט, אַז ס’רעדט זיך וועגן אַ קאָרפּוס פֿון זעכצן שפּראַכן וועלכע שפּיגלען אָפּ פֿאַרכאַפּנדיקע קאַפּיטלעך פֿון דער ייִדישער געשיכטע איבער אַלע קאָנטינענטן. דער העברעיִשער קאָמפּאָנענט געפֿינט זיך, פֿאַרשטענדלעך, אין זיי אַלע און דאָס איז אַ חותם פֿון זייער ייִדישן כאַראַקטער.

אַ געוויסער סעקטאָר ייִדן האָט שוין פֿון לאַנג געשטרעבט צו אַ בשותּפֿותדיקער טעטייקיט צווישן ייִדיש־אינסטיטוציעס. טאַקע דערפֿאַר האָט מען אין די 1970ער יאָרן אָנגעהויבן צו אַנטוויקלען די דאַך־אָרגאַניזאַציע „וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. צום באַדויערן איז פֿון דער אינסטיטוציע גאָרניט געוואָרן. זענען עטלעכע אַקטיוויסטן געקומען צום שׂכל, אַז איידער זיך ברעכן דעם קאָפּ, ווי ברענגט מען צוזאַמען די און יענע אינסטיטוציע אָדער באַשטימען איין גרויסן בנין וווּ אַלע קאָנען מיטאַרבעטן, איז אַ סך פּראַקטישער צו באַשטימען וועלכע זענען זייערע געמיינזאַמע צילן און שפּעטער וועלן זיך צו דער נײַער איניציאַטיוו בהדרגהדיק אָנשליסן מער יחידים און אינסטיטוציעס. דער אמת איז, אַז די נײַע איניציאַטיוו פֿון קולטור־ און שפּראַכן־אַקטיוויזם פֿאַרנעמט זיך ניט אויסשליסלעך מיט ייִדיש, נאָר מיט אַלע ייִדישע און אַלגעמיינע ירושה־שפּראַכן און דאָס איז דווקא אַ גרויסע מעלה. עס שאַפֿט אַ בשותּפֿותדיקן פֿראָנט. עס גיט צו מער כּוח צו יעדער איינצלנער אינסטיטוציע און אַנטוויקלט סאָלידאַריטעט־געפֿילן צווישן אַלע וועלכע שטרעבן מ’זאָל אָנערקענען זייערע שפּראַכן־רעכט. די איניציאַטיוו פֿאַרלאָזט זיך ניט נאָר אויפֿן עסטאַבלישמענט, נאָר לייגט די אַחריות אויף יעדן בירגער און תּושבֿ אויפֿצוהאַלטן זײַן אייגענע קולטור־ירושה.

לאָמיר צוגעבן נאָך אַ וואָרט אין שײַכות מיטן סטאַטוס פֿון די ייִדישע שפּראַכן ווי אַ קולטור־קאָרפּוס. אין ישׂראל שלאָגט מען זיך טאָג און נאַכט אַרום דער פֿראַגע, וואָס מיינט הײַנט זיין צו זײַן אַ ייִד און ווי אַזוי היט מען אָפּ ייִדישקייט? שטעלט זיך די פֿראַגע: זענען די ייִדישע שפּראַכן ניט אַן אויטענטישער אויסדרוק פֿון ייִדישקייט אין ברייטסטן זין פֿון וואָרט? טאָ פֿאַר וואָס איגנאָרירט מען אָט דעם אוצר? צי איז די ענגע מיטאַרבעט צווישן די טרעגערס פֿון אַלע שפּראַכן — און ישׂראל, בּרוך־השם, איז רײַך אויף דעם געביט — אַן אויסדרוק פֿון טאָלעראַנץ און אוניווערסאַליזם?

לאָמיר האָפֿן אַז מיט דער צײַט וועלן אויך די פֿאָרווערטס־לייענער זיך אָנשליסן צו דער אָ איניציאַטיוו און באַקומען רעגולערע, לעבעדיקע באַריכטן פֿון איר פּראָגרעס.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.