Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווען חסידישע זינגער ניצן אַ ליטווישע הבֿרהWhen Hasidic Performers Sing In a Litvish Dialect

אַפֿילו דוד ווערדיגער, וואָס האָט פֿאַר זיך געדאַוונט אין דער פּוילישער הבֿרה, האָט געזונגען מיטן חזנישן ליטווישן אַרויסרעד.

איך הער זיך צו צום אלבום פון שמואלי אונגאר. ער זינגט מיט א ליטווישער הברה; ער איז אבער א חסיד מיט א הויכער סאמעטענער הוט, דוקא א סאטמארער. טאקע נישט קיין טיפישער סאטמארער מיט א פלאטשיגער אדער טשאלנט טאפ הוט, אבער ער איז א קרית יואל’ער, און זינגען זינגט ער ווי א ליטוואק. 

אין „אייוועלט‟ האט וועגן דעם לעצטנס געהערשט אן אויפרעגעניש אויף זיין זיך פארפרעמדן און זיך פארליטווישן. „וועמען וויל ער געפעלן?‟ האט מען געפרעגט. „פארוואס קען ער נישט זינגען נארמאל?‟ „מוז ער זיך פארגלייכן מיט די ישראלים, דדי גראוכער און אנדערע בריאים, אדער ווייס איך וואס פארא גוט יאר?‟

איינער אן אויפגעברויזטער האט געטענהט: „ניגונים נעמט ער, דער געמאכטער ליטוואק, פון פינקי וועבער אדער הערשי וויינבערגער. ווען איך בין פינקי זאג איך: ׳נעם דיר ניגונים פון די ליטוואקן.׳ ניין, ער ווייסט אז פאר א גוטער ניגון דארף ער זיינע ברידער, די חסידים.‟

פאר די פון דעם זעלבן חדר פון דעם שמולי’ן גיט עס דעם רושם ווי ער דרייט אוועק דאס פנים פון זיי, ער מאכט זיך וויכטיג, וועלטליך. מילא — שלומי גערטנער, אזא געפוצטער וויזשניצער אויסגעוואקסן אין דעם מאדערנעם „גאלדערס גרין‟ אין לאנדאן, אדער יומי לעווי וואס האט פון שטענדיג אן אויסגעזען ווי מיט א פוס ארויס פונעם שמאלצטאפ. אבער א היימיש יונגל פון קרית יואל, מיט א היימיש געלעכטער און צוויי לאנגע פאות, זיך אזוי פארפרעמדן?  

איך פארשטיי וואס עס קוועטשט זיי, אבער פונדעסטוועגן האלט איך אז עס וואלט נישט געדארפט באטראכט ווערן ווי אוועקגעדרייט דאס פנים. קודם כל, ווען עס קומט צו חזנות פארשטייט יעדער איינער אז דאס מעג מען זינגען מיט דער ליטווישער הברה. אדרבה, אז עס זינגט עמיצער חזנות מיט א חסידישער הברה, זאל דער חזן זיין מיטן ברייטסטן הוט און מיט די לענגסטע פאות, וועט מען אים אנקוקן ווי ער איז אויפן קאפ געפאלן, אדער אמווייניגסטנס וועט זיך עס הערן מאדנע און אומפאסיג.

דער סאטמארער חזן יעקב יוסף שטארק, חזן’נט פאר די סאטמארער רביים, אינעם סאטמארן נאציאנאלן טאג, כ”א כסליו, טאקע מיט דער ליטווישער הברה. הכלל, אז חזנות מעג מען זינגען אזוי אפילו אין פנים פונעם סימבאליש פארפרומסטן חסידישן מנהיג אין זייער הויפט יום טוב, טא פאר וואס מוז מען א מעלאדיש געזאנג טאן נאר מיט א חסידישער הברה?

וועט עמיצער זאגן, אז ריטמישע געזאנג איז אנדערש, דאס האבן אנגעהויבן קלי דעת, לייכטזיניגע זינגערלעך, מיטן מאטיוו נאכצוזינגען די גויאישע גאסנדיגע פראמינענטן.

דאס איז צופעליג נישט אמת. די ערשטע מעלאדישע זינגער אויף די פלאטעס, ווי דוד ווערדיגער און בן ציון שענקער, זיי זענען ביידע דווקא פוילישע חסידים וואס אין זייערע קרייזן דאוונט מען אין דער פוילישער הברה, אבער געזונגען האבן זיי מיטן חזנישן ליטווישן ארויסרייד, קיין קלי הדעת זענען זיי נישט געווען, און די הייליגסטע חסידישסטע ניגונים האבן זיי געזונגען, ניגוני קודש פון זייערע קרייזן, טאקע שטארק מוזיקאליש אבער מיט א אידישן טעם. 

וועט עמיצער טענה’ן, אז די דערמאנטע כאטש זיי האבן געזונגען ריטמישע מעלאדיעס, איז עס נאך געווען ווי שריים פונעם אמאליגן חזנישן נוסח. זיי זענען לכתּחילה געווען חזנים, האבן זיי מיט זייער חזנישע שטימע אויכעט געזונגען לייכטע מעלאדיעס. דאס איז געווען בטעם זקנים, מה שאין כן די היינטיגע יונגעלייט גייען אויף די פיסטריט פון אזעלעכע זינגער ווי מרדכי בן דוד און אברהם פריד, אזעלעכע אידישע פאפ זינגער פון שירי עגבים, געזאנגען און ריטמען וואס רופֿן אַרויס דעם יצר־הרע.

זעט מען ווידער, אז וואס שייך דעם חזנישן נוסח איז כשר מיטן ליטווישן, ווייל חזנות שטאמט פונעם עמוד, פון שיל, פון ימים נוראים, פון תפילה מיט שברון לב, א צעבראכן הארץ, פארן רבונו של עולם.

בין איך אבער נישט אזוי איבערצייגט אין די הייליגטום פון חזנות. דער רעכטער מקור צו זינגען, זיך גארגלען, מיט אזא גראבער מעכטיגער אנגעפילטער שטימע, קומט דאך פון איטאליענישע אפערע — די פאפ מוזיק פון אמאל. אמת, מען האט חזנים נישט אזוי פארגעטערט מיט אזא פראסטער ווילדקייט ווי עס איז איינגעפירט צו פארגעטערן די „פאפ סטארס‟, אבער דאס מיינט נישט אז דער מקור פון חזנות איז הייליק.

און ווער זענען עס געווען די חזנים אין די גאלדענע חזנות תקופה? זענען זיי דען געווען צדיקים? עס איז ידוע אז רוב חזנים זענען געווען גלאטע גויאצעס, פארפארענע יונגען. נישט אומזיסט פלעגן רבי’ס זאגן אז נגינה קען אראפ שלעפן צום תהום. אזעלעכע באקאנטע חזנים ווי זאוויל קווארטין, מרדכי הערשמאן, פינטשיק, שמואל מאלאווסקי, האבן נישטאמאל [נישט אפילו] פארמאגט א אידישע צורה, קוים געווען שומרי שבת, און אפשר דאס אויכעט נישט.

וועט מען טענה’ן, פארט איז חזנות א שיל זאך. ווי שקציש און פארקראכן די חזנים זענען ליידער נישט געווען, איז זייער זינגען גופא געווען ביראת הכבוד, א געזאנג מיט מורא שמים און האט דוקא מעורר געווען צו תשובה, און נישט דער היפוך. זייער נגינה איז נישט א קאנצערט געמאכט פאר ווילדע טענצערייען אדער אריינצוברענגען א גייסט פון אומ’צניעות.

איז אזוי, קאנצערטן האבן די חזנים יא געמאכט, און לרוב דוקא פאר א געמישטן עולם, מענער מיט פֿרויען. וואס שייך די שירי עגבים איז אזוי: משה עושר און אנדערע כמו חזנישע זינגער האבן אויך געזונגען די וואלעכלעך. פארן היינטיגן אויער הערן זיי זיך ווי ימים נוראים לידעלעך אדער פרייליכע ניגונים פון א רבישן הויף. מען קען דורך זיי שפירן די גערוך פון די געלע זייטן אין די אמאליגע ספרים פונעם זיידן אדער די טעפיכער פונעם באבן. אין יענע יארן זענען אבער די לידעלעך געווען רעכטע שירי עגבים! זענען זיי אבער פארט היינט באטראכט ווי געזאנג מיטן פארצייטישן גייסט, אלס היימישע לידער פון אמאל.

נו, אויב אזוי דארף מען פשוט האבן געדולד ווייל אויך די סארט אזוי גערופענע היינטיגע לייכטע געזינגעכצן אנגעהויבן דורך די פאפ סטארס מרדכי און אברהם וועלן נאך מיט דער צייט אנקומען אין שיל, און די געלאסענע פון צווישן זיי זענען שוין אייגנטליך טיילווייז אין די שילן. וויפיל זינגען היינט דעם „אמת כי אתה הוא יוצרם‟ פון אברהם פריד, אדער זיין „משוך חסדך”; „אין ערוך לך‟ פון מיכאל שטרייכער, „בראש השנה‟ פון מרדכי, און פילע אנדערע פון דדי און נאך, וועלעכע זענען געווארן שיל־ און בית המדרש־ניגונים. 

אין דער אמתן וועלן מיר מוזן אנערקענען, אז געזאנג מיט ווערטער אויף א בינע אדער פלאטעס (צי חזנות’דיג צי וואספארא מאדערנע לייכטע מעלאדישע סטיל), כל זמן עס איז נישט קיין טייל פונעם היימליכן חסידישן דאווענען אדער זמירות שבת רוטינע, געהער עס צו דער ליטווישער הברה, ווייל אויף דער הברה האט זיך בינע געזאנג געהאדעוועט. פוילישע חסידים פלעגן בעיקר זינגען מארשן און מעלאדיעס אן ווערטער, „אוי יוי יוי’‟; „בים באם באם‟; „יא מא מיי‟; נישט קיין לידעלעך און פסוקים אויף די בינעס, א בינע געזינגעכץ מיט די פוילישע הברה פלעגן זיך הערן ווי א געלעכטער. לאמיר נישט אריינגיין אין די סיבה פארוואס, אבער אזוי איז די מציאות געווען. דער ליטווישער ארויסרעד איז פאקטיש געווארן די נאטירליכע שפראך פון אונזער אידישע אויפטריט נגינה, גלייך ווי אפערע קומט אויף איטאליעניש, און פארמאגט אויף ענגליש נישט קיין פנים.

אפילו די ערשטע קאסעטן פון חסידי מאדזשיץ, חסידי פיטסבורג, חסידי גור, און סערעט־וויזשניץ, אלע אזעלעכע חסידים וואס פאר זיך אליין דאוונענען זיי אויפן פוילישן ארויסרעד, זענען די קאסעטן אבער געווען אינעם ליטווישן. אייגנטליך צוליב דער זעלבער סיבה האט מרדכי, דער פאפולערסער פאפ סטאר, אנגעהויבן זינגען מיטן ליטווישן ארויסרעד, כאטש אויך ער דאוונט פאר זיך אליין ווי א פוילישער חסיד, טאקע ווי זיין פאטער חזן ווערדיגער פלעגט טון.

און אגב, דאס אייגענע האבן אלע דערמאנטע געטון מיטן ריש [„ר‟]. אויף די בינע און קאסעטעס זינגט מען מיטן חזניש רוסישן ריש כאטש וואס פאר זיך רעדט מען מיטן פוילישן.

אדרבה, פאר טייל פון אונז היימישע קען אן אויפטריט געזינגעכץ אויף אונזער היימישער הברה אפילו געבן דעם רושם ווי אריינגעקראכן אין פריוואטן בוזעם, אונטער די מאמעס פארטוך; עס איז די הברה מיט וואס מען האט אונז געצערטלט, געפראקט [געשמיסן] אין חדר, און זיך איינעם דעם אנדערן אנגעזידלט. לאז אונזער היימישע הברה בלייבן אין אונזער חדר, אונזער שטיבל, אונזער היים, און אין אונזער הארץ. עס איז א פריוואטע נחלה, לאז עס נישט פארקאנצערט ווערן — און כל שכן נישט ווען עס איז אין ווילדן טעמפא.

נעמט צום ביישפיל דאס געזינגעכץ פון ליפא שמעלצער אדער יואלי גרינפעלד. וואס איז אזוי די מציאה אז זיי זינגען זיך ווי די שקצים פון גאס מיט אונזער היימישער מאמע הברה, אונזער שטוביגער הברה מיט וואס מיר זענען אויסגעוואקסן און גיסן זיך אויס דאס הארץ אין די זמירות און תפילה פון אונזערע הארצליבע נאסטאלגישע אבות אין אונזערע היימען אין אונזערע שילן?

נאר וואס, ירמיה דאמען, דער שיינער לאנגיעריגער בעל מנגן פון ניגוני בעלז, האט געקירעוועט צו זינגען דווקא מיט דער חסידישער הברה, און טאקע אויכעט מיט זיין ארגינעלן פוילישן ריש, און זיינע קאסעטעס זענען בימיו געווען מיט די בעסטע און מאדערנסטע מוזיק און כארן אויף די אידישע מארק. ירמיה דאמען איז פאר א יארן געווען פון די גרעסטע שטערן אין חסידישע מוזיק. נו, ווייזט זיך ארויס אז מען קען יא זינגען „פויליש‟, די הברה פון אונזער היימישע שטיבער, אויף די בעסט גייענדע קאסעטן, איז זייט דעמאלס געווארן ווי אן עבירה פאר א נישט־רוסישן חסיד צו זינגען מיט א ליטווישער הברה. ווי מען זאגט, צו וואס מוזסטו זיין אן אויבער חכם? הגם, דער רוסישער ריש איז יא געבליבן כשר ווייל דער וויליאמסבורגער אונגארישער ריש ענדלט צופעליג צום רוסישן.

נו, איך פארשטיי דעם אויפברויז, אבער ס’איז פארט נישט אזא חטא.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.