מאיר שלו אויף ייִדיש אין נײַעם נומער „ייִדישלאַנד‟Meir Shalev in Yiddish in New Issue of Yiddishland
אויך דערציילונגען פֿון טשאַרלס דיקענס, איזאַק באַבעל; לידער פֿון פּושקין און אַ סצענע פֿון שעקספּירס „סוחר פֿון ווענעציע‟.
פֿונעם סאַמע בראשית פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האַלט מען אין איין איבערזעצן ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אויף מאַמע־לשון.
ווי די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל „ייִדישלאַנד‟ גיבן איבער אין זייער אַרײַנפֿיר צום נײַעם נומער געווידמעט איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, זענען די אַלטע נעמען פֿון מאַמע־לשון „טײַטש‟ און „עבֿרי־טײַטש‟ — אַליין אַ באַווײַז אויף דער עיקרדיקער היסטאָרישער ראָלע, וואָס דאָס איבערזעצן שפּילט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור־געשיכטע.
דעם דריטן נומער „ייִדישלאַנד‟ ווײַזט, אַז כאָטש מע זעצט הײַנט ווייניקער איבער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אויף ייִדיש ווי מיט 30 יאָר צוריק, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם וויפֿל מע האָט איבערגעזעצט מיט 90 יאָר צוריק, איז די דאָזיקע טראַדיציע ווײַט ניט אונטערגעגאַנגען. אינעם נומער שטעלט מען אויפֿן אויבן־אָן די נעמען פֿון די איבערזעצער, וואָס פֿאַרנעמען זיך הײַנט מיט דעם געביט, צווישן זיי ניקאָלײַ אָלניאַנסקי (פֿון שוועדיש), בעריש גאָלשטיין (פֿון ענגליש), וועלוול טשערנין (רוסיש, אוקראַיִניש), יואל מאַטוועיעוו (רוסיש), אַלכּסנדרה פּאָליאַן (העברעיִש) און מיכאל פֿעלזענבאַום (רוסיש, ענגליש). דער נומער נעמט אויך אַרײַן איבערזעצונגען פֿון צבֿי אײַזנמאַן (פּויליש), איציק מאַנגער (ליטוויש, רומעניש, בולגאַריש, רוסיש) און נאָך.
צווישן די ווערק אינעם נומער געפֿינט מען צוויי דערציילונגען פֿונעם פּאָפּולערן הײַנטצײַטיקן ישׂראלדיקן שרײַבער מאיר שלו — „די וועספּן־נעסט‟ און „דער קראָט‟. דער נומער נעמט אויך אַרײַן אַ דערציילונג פֿונעם ענגלישן שרײַבער טשאַרלס דיקענס און דעם רוסישן שרײַבער איזאַק באַבעל; לידער פֿון אַ ריי באַקאַנטע רוסישע פּאָעטן בראָש מיט פּושקין, און אַ סצענע פֿון שעקספּירס „דער סוחר פֿון ווענעציע‟.
אינעם נומער געפֿינט מען אויך אַרטיקלען וועגן איבערזעצערײַ. ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער שרײַבט וועגן דער באַציִונג צווישן דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט זלמן שזר און דער פּאָעטעסע רחל בלאָוושטיין, וועמענס ווערק ער האָט איבערזעצט אויף ייִדיש. דער אַרטיקל נעמט אויך אַרײַן אַ קראַנץ לידער אירע אין שזרס איבערזעצונג. דערצו קען מען לייענען אַ לענגערן אינטערוויו מיטן פּאָעט, זינגער, און איבערזעצער פּסאָי קאָרעלענקאָ וועגן זײַן אַרבעט צו שאַפֿן נוסחאָות פֿון רוסישע לידער, וואָס מע קען זינגען אויף ייִדיש, און ייִדישע לידער, וואָס מע קען זינגען אויף רוסיש.
כּדי צו באַשטעלן דעם לעצטן נומער „ייִדישלאַנד‟ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor