Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע װיצן פֿון דער סאָװעטישער תּקופֿהJewish Jokes from the Soviet Age

סאָװעטישע װיצן פֿון די 1920ער יאָרן שפּיגלען אָפּ דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון ייִדן אין דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט נאָך דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע.

אײניקע פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר האַלטן, אַז ייִדישע װיצן זײַנען אַ פּועל־יוצא פֿונעם שפֿלדיקן מצבֿ פֿון ייִדן, בפֿרט אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע. ייִדן האָבן חוזק געמאַכט פֿון זײער אײגענעם אָנמעכטיקן צושטאַנד כּדי צו דערמוטיקן זיך. ייִדישע װיצן שפּיגלען אָפּ די שװערע לאַגע פֿון ייִדן, אָבער אײנצײַטיק זײַנען זײ אַ סימן פֿונעם ייִדישן אָפּטימיזם. די אײגענע „ייִדישע‟ װיצן, דערצײלט צװישן ניט־ייִדן, קאָנען צומאָל אַפֿילו קלינגען אַנטיסעמיטיש.

דער פּאָליטישער מצבֿ פֿון ייִדן אין רוסלאַנד האָט זיך שטאַרק געביטן נאָך דער באָלשעװיסטישער רעװאָלוציע אין 1917. ניט נאָר האָבן ייִדן באַקומען גלײַכע רעכט מיט אַלע אַנדערע בירגער, נאָר אײניקע ייִדישע יחידים האָבן פֿאַרנומען הױכע פּאָזיציעס אין דער נײַער סאָװעטישער רעגירונג. פֿאַר דער דאָזיקער פּריװילעגיע האָבן זײ זיך געמוזט אָפּזאָגן פֿון זײער רעליגיעזער אמונה און ניט־קאָמוניסטישער פּאָליטיק, נאָר ייִדן זײַנען אין דעם זין ניט געװען קײן יוצא־דופֿן. די סאָװעטישע מאַכט האָט גלײַך גערודפֿט אַלע רעליגיעס און אַלע מינים פּאָליטישער אַקטיװיטעט.

דער נײַער מצבֿ פֿון ייִדן האָט גורם געװען אַן אַנדער מין הומאָר. אײניקע פֿאָרשער פֿון סאָװעטישן הומאָר האַלטן, אַז דװקא ייִדן זײַנען געװאָרן די הױפּט־פֿיגורן פֿונעם נײַעם סאָװעטישן װיץ. די רעװאָלוציע האָט איבערגעקערט דעם אַלטן שטײגער אין רוסלאַנד און איבערגעשטעלט אַלצדינג קאַפּױער. פֿונעם סאָװעטישן תּוהו־ובֿוהו זײַנען אַנטשטאַנען כּלערלײ אַנעקדאָטישע סיטואַציעס, װוּ ייִדן זײַנען געװען אי העלדן אי קרבנות.

אַ באַליבטער העלד פֿון די נײַע סאָװעטישע װיצן איז געװען לעװ טראָצקי, אַ ראַדיקאַלער זשורנאַליסט װאָס איז געװאָרן דער פֿולמעכטיקער קאָמאַנדיר פֿון דער רױטער אַרמײ. אײן װיץ גײט אַזױ:

טראָצקי װײַזט זײַן טאַטן אַרום דעם קרעמל. דער פֿאָטער קוקט אױף די פּאָרטרעטן פֿון די באָלשעװיסטישע פֿירער און פֿרעגט װעגן לענינען: „װאָס טוט דאָ אָט דער גױ?‟ דערקלערט טראָצקי: „דער פּאַטענט אױפֿן קרעמל איז אױף זײַן נאָמען.‟

דאָס װערטערשפּיל צװישן דעם „קרעמל‟ װי דער זיצאָרט פֿון דער סאָװעטישער רעגירונג (קרעמלין אױף ענגליש) און דעם ייִדישן װאָרט „קרעמל‟ (אַ קלײנע קראָם) דערװײַזט, אַז דער דאָזיקער װיץ שטאַמט מסתּמא פֿון ייִדיש־רעדער, כאָטש ער קאָּן אױך האָבן אַן אַנטיסעמיטישן בײַטעם װען די דערציילער פֿונעם וויץ זענען ניט־ייִדישע קעגנער פֿון סאָװעטישן רעזשים (מיט אַנדערע ווערטער: די ייִדן האָבן איצט אַ פֿולן קאָנטראָל איבער רוסלאַנד).

אין דער צײַט פֿון דער אַזױ־גערופֿענער „נעפּ‟ [נײַער עקאָנאָמישער פּאָליטיק] האָט די סאָװעטישע מאַכט דערלאָזט פּריװאַטע געשעפֿטן, אָבער קײן זיכערקײט האָבן די געשעפֿטסלײַט סײַ װי ניט געהאַט. דערפֿאַר האָט מען צומאָל אײַנגעלאַדן אַ זײַטיקן מענטשן װי אַ פֿיקטיװן ראָש פֿונעם געשעפֿט. אינעם דאָזיקן װיץ איז דאָס װלאַדימיר לענין, כּלומרשט דער אײנציקער „גױ‟ אינעם גאַנצן קרעמל.

טראָצקיס מפּלה בעת זײַן מאַכטקאַמף קעגן סטאַלינען האָט גורם געװען נײַע װיצן. מען האָט דערצײלט, אַז סטאַלין איז כּלומרשט געװען גרײט מוחל זײַן טראָצקין, אױב יענער װאָלט געזאָגט: „סטאַלין איז דער פֿירער פֿון דער װעלט־רעװאָלוציע. זײַט מיר מוחל.‟ מיט אַ שמײכל, האָט טראָצקי מסכּים געװען. װען מען האָט אים געגעבן דאָס װאָרט, האָט ער געזאָגט: „סטאַלין איז דער פֿירער פֿון דער װעלט־רעװאָלוציע?? זײַט מיר מוחל!!‟ אַזאַ מין װיץ דאַרף מען אַװדאי דערצײלן מיט אַ געהעריקער ייִדישער אינאָטנאַציע.

דער אומזיכערער מצבֿ פֿון ייִדישע „נעפּ־לײַט‟, װאָס האָבן געליטן פֿון אַלץ שװערערע שטײַערן און כּלערלײ רדיפֿות, האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין אַ סך װיצן. למשל, מע האָט געפֿרעגט בײַ אײנעם אַ ייִד: „װי פֿילט איר זיך?‟ ענטפֿערט ער: „ערגער אײדער נעכטן, אָבער בעסער אײדער מאָרגן.‟ און אָט איז נאָך אײנער:

אַ ייִד איז אָקערשט אַרױס פֿון דער תּפֿיסה, װוּ מען האָט בײַ אים קאָנפֿיסקירט זײַן געלט. ער פֿאָרט אין אַ פֿול־געפּאַקטן טראַמװײַ אָבער קען קײנעם ניט דערצײלן װעגן זײַנע צרות. זאָגט ער פּשוט: „אױ־װײ…‟ בײַם אַנדערן עק פֿון טרײַמווײַ ענטפֿערט אַ צווייטער ייִד: „כאַ! יענער ייִד װעט מיר גאָר דערצײלן פֿון זײַנע צרות?‟

אַזױ אַרום דערצײלן די סאָװעטישע װיצן פֿון די 1920ער יאָרן סײַ װעגן דער נײַער ייִדישער גדולה סײַ װעגן דעם אַלטן ייִדישן שיפֿלות־קאָמפּלעקס. אַפֿילו טראָצקי, דער סאַמע מעכטיקער ייִד אין דעם גאַנצן סאָװעטן־לאַנד, פֿירט זיך אין די װיצן װי אַ פּראָסטער ייִדישער בעל־הבית. װיצן זײַנען אַ טײל פֿונעם פֿאָלקלאָר און האָבן כּסדר אַ קורץ לעבן װײַל זײ שפּיגלען אָפּ קאָנקרעטע סיטואַציעס פֿון אַ געוויסער צײַט. אײנער פֿון די זאַמלער פֿון ייִדישע װיצן װי אַ טײל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר איז געװען דער באַקאַנטער העברעיִשער זשורנאַליסט אַלטער דרויאַנאָװ. זײַן זאַמלונג „ספֿר הבדיחה והחידוד‟ [דאָס בוך פֿון װיצן און שאַרפֿע װערטלעך] איז אַרױס אין דרײַ בענד אין ארץ־ישׂראל אין 1935־1938. דרויאַנאָװ האָט פֿאַרלאָזט אָדעס אין 1921, און האָט נאָר באַװיזן צו פֿאַרפֿיקסירן נײַע סאָװעטישע װיצן.

אײניקע װיצן פֿון דרויאַנאָװס זאַמלונג זײַנען אַרײַן אינעם נײַעם בוך פֿונעם רוסישן פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער מיכאַיל מעלניטשענקאָ, „דאָס רױטע געלעכטער‟, װאָס נעמט אַרײַן סאָװעטישע װיצן פֿון די 1920ער יאָרן. װיצן װעגן ייִדן פֿאַרנעמען דאָ אַ פּראָמינענט אָרט, װאָס שפּיגלט אָפּ דאָס חשיבֿות פֿון ייִדן אין דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט פֿון יענער צײַט. אָבער צו דערצײלן װיצן װעגן ייִדן איז צומאָל געװען געפֿערלעך. לױט דעם סאָװעטישן געזעץ, איז אַנטיסעמיטיזם געװען אַ קרימינעלער פֿאַרברעכן, און מען האָט געקאָנט קריגן אַ תּפֿיסה־טערמין פֿאַרן דערצײלן אַן אַנטיסעמיטישן װיץ. אַװדאי זײַנען אַ סך מער געפֿערלעך געװען פּאָליטישע װיצן, בפֿרט אין די 1930ער יאָרן. די אַגענטן פֿון דער געהײם־פּאָליצײ האָבן ספּעציעל געזאַמלט פּאָליטישע װיצן פֿאַר באַריכטן װעגן דער שטימונג בײַם פֿאָלק. הײַנט דינען די דאָזיקע באַריכטן װי אַ װערטפֿולער היסטאָרישער מקור, װאָס לאָזט בעסער פֿאַרשטײן, װי אַזױ מען האָט זיך געפֿילט אונטערן סטאַליניסטישן רעזשים.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.