Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

בערלינער קינסטלער וועבן אַרײַן ייִדישע פּאָעזיע אין זייערע ווערקBerlin Artists Weave Yiddish Poetry Into Their Work

אין אַן אויסשטעלונג דעם זומער האָבן די קינסטלער באַניצט מאַטעריאַלן צו אילוסטרירן טעקסטן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי.

בערלין. — דער חודש אויגוסט 2019 איז געווען אַ שפּרודלדיקער פֿאַר ייִדיש אין בערלין. מער ווי 70 סטודענטן האָבן זיך באַטייליקט אין דער צווייטער אינטערנאַציאָנאַלער בערלינער זומער־פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אָנגעפֿירט פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז בשותּפֿות מיטן אָרטיקן „פֿרײַען אוניווערסיטעט‟.

דערצו האָט זיך באַוויזן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע, Yiddish.Berlin — „אַן אומפֿאָרמעלער קרײַז קינסטלער, אַקאַדעמיקער, אַקטיוויסטן און ענטוזיאַסטן וואָס וווינען אין בערלין און גיבן זיך אָפּ מיט ייִדיש ווי אַ שפּראַך, ווי אַ פּרינציפּ־זאַך, ווי אַ לעבן־שטייגער,‟ ווי עס שטייט אויף איר וועבזײַט. דער ערשטער אויפֿטו פֿון Yiddish.Berlin איז געווען אַן אויסשטעלונג פֿון צוויי אָרטיקע קינסטלער, עלאַ פּאָניזאָווסקי־בערגעלסאָן און אַרנדט בעק, מיטן טיטל, „די פֿאַרבלויטע פֿעדער — בערלינער זיידעס‟.

Yiddish in Berlin Exhibit

אויף דער אויסשטעלונג Image by Tanja Katharina Lindner

די ווערק אין דער אויסשטעלונג דעמאָנסטרירן דעם צונויפֿוועב פֿון וויזועלער קונסט און ליטעראַטור. ביידע קינסטלער אַרבעטן מיט טעקסטן אויף זייער אייגענעם אופֿן, ניצנדיק באַזונדערע מאַטעריאַלן: פּאַפּיר, טעקסטיל אָדער בעטאָן. דער לאָקאַל פֿון דער גאַלעריע איז אַליין געוואָרן אַ מין עקספּאָנאַט מיט דעם וואָס ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווי נאָר די אויסשטעלונג האָט זיך געשלאָסן. די טעמעס פֿון צײַט און דער צונויפֿטרעפֿונג פֿון דער צוקונפֿט מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט איז געווען זייער בולט אויף דער אויסשטעלונג, און אַפֿילו דער נאָמען פֿון לאָקאַל (די „צײַט־זאָנע גאַלעריע‟) איז געווען פּאַסיק. איז קונסט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש אַ זאַך פֿון דער געשיכטע, אָדער בליט זי ווײַטער? דאָס זענען געווען צווישן די וויכטיקסטע קשיות וואָס די קינסטלער האָבן געשטעלט.

עלאַ פּאָניזאָווסקי־בערגעלסאָן, אַן אייניקל פֿונעם גרויסן סאָוועטיש־ייִדישן שרײַבער דוד בערגעלסאָן, איז[ געבוירן געוואָרן אינעם[ סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערצויגן געוואָרן אין ישׂראל, שטודירט אין ירושלים און ניו־יאָרק און וווינט איצט אין בערלין. איר פֿילפֿאַרביקע ביאָגראַפֿיע און איר קענשאַפֿט פֿון פֿאַרשידענע קולטורן און שפּראַכן (זי רעדט רוסיש, ענגליש, דײַטש, העברעיִש, אַראַביש און ייִדיש) האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף אירע ווערק. זי פֿאָרשט די טעמעס אידענטיטעט און אינטעגראַציע, מיגראַציע און וואַנדערונג, ווי זי זאָגט, „דורכן טעקסט און דער וויזואַליזאַציע פֿון אַ שפּראַך‟. לויט עלאַ פּאָניזאָווסקי־בערגעלסאָן, איז אַ שפּראַך דער הויפּט־עלעמענט פֿון אַ קולטור. ניצנדיק פֿאַרשידענע מינים אַלף־בית, שאַפֿט זי איר אייגענע טעכניק פֿון היבריד־קאַליגראַפֿיע כּדי אַרויסצוהייבן די בייגעוודיקייט פֿון אידענטיטעטן און קולטורן.

Ella Bergelson

די קינסטלערין עלאַ פּאָניזאָווסקי־בערגעלסאָן בײַ דער אַרבעט

צו דער אויסשטעלונג האָט זי אויסגעקליבן אַ באַקאַנט ליד פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, „מײַן פּאַפּירענע בריק‟ און סײַ געשריבן סײַ אויסגעמאָלט די ווערטער מיט פֿאַרצײַטיקע ייִדישע אותיות. דאָס ליד האָט מאָלאָדאָווסקי געווידמעט דוד בערגעלסאָן און אַזוי געהערט עס אויך צו דער פּערזענלעכער געשיכטע פֿון דער קינסטלערין און איר משפּחה. דאָס ליד באַשרײַבט די רײַזע פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט צו אַ שיינעם, ליכטיקן מאָרגן מיט נײַע האָפֿענונגען.

דער פּראָטאָ־העברעיִשער אַלף־בית איז אַן אַלטע טיפּאָגראַפֿישע סיסטעם וואָס איז הונדערטער יאָרן לאַנג פֿאַרגעסן געוואָרן בײַ די לייענער. די קינסטלערין זאָגט אַז דער פֿאַרצײַטיקער אופֿן פֿון שרײַבן דערמאָנט איר אינעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש. סײַ פּראָטאָ־העברעיִש סײַ ייִדיש האָבן אין זיך אַ געוויסע מיסטעריע צוליב דעם וואָס אַזוי פֿיל מענטשן האָבן עס שוין פֿאַרגעסן.

„די פֿאַרצײַטישע ייִדישע אותיות בעטן זיך מע זאָל זיי דעשיפֿרירן כּדי צו קענען איבערלייענען דאָס ליד — אַ סימן אויף ווי דערווײַטערט ס׳רובֿ פֿון אונדז זענען פֿון אונדערע וואָרצלען און פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון דער שטאָט אין וועלכער מיר וווינען,‟ האָט עלאַ פּאָניזאָווסקי־בערגעלסאָן דערקלערט.

אַרנדט בעק איז געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד און וווינט איצט אין בערלין. אין זײַנע ווערק ניצט ער פֿאָטאָגראַפֿיעס, טעקסטן און אימאַזשן. אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ קינסטלער איז ער אויך איינער פֿון די ייִדיש־אַקטיוויסטן אין בערלין. עטלעכע יאָר לאַנג האָט ער אָנגעפֿירט מיטן אָרטיקן ייִדיש־לייענקרײַז און ער אָרגאַניזירט ייִדישע ליטעראַרישע אונטערנעמונגען. זײַן באַליבטסטער ייִדישער פּאָעט איז אַבֿרהם סוצקעווער און ער האַלט איצט אין מיטן איבערזעצן אויף דײַטש סוצקעווערס טאָגביכער פֿון 1945. ער האָט שוין איבערגעזעצט אַ צאָל לידער סוצקעווערס, אַרײַנגערעכנט „סיריוס‟, וואָס האָט אים אינספּירירט צו שאַפֿן איינס פֿון די בילדער אין דער אויסשטעלונג.

Cyrus

Image by Arndt Beck

פֿאַקטיש איז סוצקעווער געווען אַ הויפּט־פֿיגור אויף דער אויסשטעלונג. די זיבן קאָלאַזשן, „בערלינער זיידע‟, זענען געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם פּאָעט און זײַן משפּחה, און ווערן אַרויסגעשטעלט אין פֿאַרשידענע פֿאַרבן, ניצנדיק פֿאַרשידנאַרטיקע אַרטיסטישע טעכניקן. דער קינסטלער זעט אַ וויכטיקע פֿאַרבינדונג צווישן סוצקעווער און בערלין צוליב דעם וואָס ער איז געווען דער ערשטער ייִדישער פּאָעט צו קומען אַהער נאָכן חורבן. די העלע און טיפֿע קאָלירן אין בעקס ווערק דערמאָנען אין דער אויפֿלעבונג און נײַע האָפֿענונגען פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור.

אַרנדט בעק האָט אויך געניצט טעקסטן פֿון די ייִדישע פּאָעטן מרדכי געבירטיק און משה קולבאַק. דאָ איז די פֿאַרבינדונג צווישן דעם טעקסט און די בילדער מער אַבסטראַקט. אויף A4 שטיקלעך פּאַפּיר זעט מען די סילועטן און געאָמעטרישע פֿאָרמען וואָס דערמאָנען אין ייִדישע אותיות. יעדעס ווערק האָט אַ באַזונדערע שטימונג און אין איינעם שאַפֿן זיי אַ האַרמאָניש געמיש פֿון אימאַזש און קלאַנג, קאָליר און פֿאָרם.

Yiddish Letters

Image by Arndt Beck

ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם פֿון דער אויסשטעלונג האָט מען אויך געהאַלטן לעקציעס אויף פֿאַרשידענע טעמעס ווי, למשל, „באַשעוויס זינגערס ׳יענטל׳ פֿון אַ ׳טראַנס׳־קוקווינקל‟, קאָנצערטן, געוויזן פֿילמען און פֿאָרגעלייענט ייִדישע ווערק ווי, למשל, בערגעלסאָנס דערציילונג, „צוויי רוצחים‟ וואָס מע האָט פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, דײַטש און ענגליש. דער הויפּטציל איז געווען צו ווײַזן די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון די ייִדיש־טעטיקייטן אין בערלין. אַלע אַקאַדעמיקער, מוזיקער און אַנדערע באַטייליקטע וווינען אין בערלין אָבער קומען פֿון אַנדערע ערטער: ישׂראל, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פּוילן.

די אָרגאַניזירער פֿון די אונטערנעמונגען זענען אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין בערלין ווײַל זיי זעען אַ ממשותדיקן אינטערעס צו אַזוינע אונטערנעמונגען און האָבן שוין אַ צאָל געדאַנקען פֿאַר ווײַטערדיקע טעטיקייטן אַזוינע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.