Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: 98־יאָריקער אַקטיאָר רעציטירט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אויף אויסנווייניקWATCH: 98-year-old Actor Recites Kadia Molodowsky Poem By Heart

משה־הירש שאַרפֿשטיין, וואָס האָט זיך געלערנט בײַ שלמה מיכאָעלסן, דעקלאַמירט דאָס באַליבטע קינדערליד „אַ מעשׂה מיט אַ מאַנטל‟

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער איז 98 יאָר אַלט (ביז 120) געדענקט דער אַקטיאָר משה־הירש שאַרפֿשטיין נאָך אַלץ אַ גרויסע צאָל מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף אויסנווייניק און רעציטירט זיי אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ.

אויבן קען מען זען, ווי ער רעציטירט קאַדיע מאָלאָדאָווסיקס באַליבט קינדערליד „אַ מעשׂה מיט אַ מאַנטל‟. מיט דער הילף פֿון זײַן זון אלי געפֿינט משה־הירש שאַרפֿשטיין הײַנט אַ נײַעם עולם פֿאַר זײַנע רעציטאַציעס דורך יוטוב.

איך האָב זיך ערשט דערוווּסט וועגן דעם לעבעדיקן קולטור־אוצר משה־הירש שאַרפֿשטיין אין יאַנואַר, אַ דאַנק ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער.

קערלער, וואָס האָט זיך באַקענט מיט זיי ביידן ווי אַ קינד און זיי פֿאַראַיאָרן באַזוכט אין ישׂראל, האָט מיך געלאָזט וויסן וועגן זיי. (אלי, אַ מוזיקאַלישער וווּנדערקינד, האָט יונגערהייט קאָמפּאָנירט מוזיק צו אַ ליד פֿון קערלערס טאַטן — דעם גרויסן פּאָעט, יוסף קערלער). צו יענער צײַט האָב איך אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן פֿאָרווערטס־בלאָג „עונג־שבת‟ אַ ווידעאָ, אין וועלכן משה־הירש שאַרפֿשטיין רעציטירט שלום־עליכמס מאָנאָלאָג „גימנאַזיע‟ און נאָך אַ ווידעאָ אין וועלכן ער רעדט אויף ייִדיש וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין דער רויטער אַרמיי בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

דורך אַ בריוו־אויסטויש מיטן פֿאָרווערטס האָט אלי שאַרפֿשטיין דערציילט אַז נאָך דעם ווי דער טאַטע האָט געדינט אין אַרמיי האָט ער שטודירט טעאַטער־קונסט מיט שלמה מיכאָעלס, דעם באַרימטן דירעקטאָר פֿונעם „גאָסעט‟־טעאַטער, גלײַך איידער מיכאָעלס איז דערמאָרדעט געוואָרן אויף סטאַלינס באַפֿעל. ערשט נאָך סטאַלינס טויט האָט דער מצבֿ פֿאַר ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך אַ ביסל פֿאַרבעסערט און שאַרפֿשטיין איז אין 1956 געוואָרן אַן אַקטיאָר אינעם ווילנער ייִדישן טעאַטער, וווּ ער האָט געשפּילט ביז ער האָט עולה געווען אין 1971.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.