ווי אייראָפּעיִשע בית־עלמינס האָבן זיך געביטן אין דער גרויסער שטאָטHow European Jewish Cemeteries Changed In the Big City
רודאָלף קליינס אילוסטרירט בוך באַשרײַבט זייער נײַעם אויסזען ווי פּאַרקן און די כּלערליי שפּראַכן און סימבאָלן וואָס מע האָט געשטעלט אויף די מצבֿות.
די סאַמע גרעסטע און מאָנומענטאַלע דענקמעלער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין די גרױסע שטעט פֿון פּױלן, אונגערן, דײַטשלאַנד און עסטרײַך זײַנען פֿאַרבליבן די שטאָטישע בית־עלמינס. זײערע אַרכיטעקטורעלע פֿאָרמעס און אױפֿשריפֿטן אױף די מצבֿות דערצײלן די דראַמאַטישע געשיכטע פֿונעם אױפֿקום און אױפֿבלי פֿון ייִדישע קהילות אין דער תּקופֿה צװישן דער השׂכּלה און דעם חורבן. אין אײניקע שטעט װי למשל אין װאַרשע, זײַנען דער בית־עלמין מיט נאָך אַ פּאָר געבײַדעס ממש די אײנציקע פֿאַרבליבענע קאָנקרעטע גבֿיות־עדות פֿונעם ייִדישן עבֿר.
כּדי צו קענען לײענען די ייִדישע געשיכטע דורך דער אײגנאַרטיקער שפּראַך פֿון בית־עלמינס דאַרף מען זײַן באַהאַװנט אין עטלעכע פֿאָרשערישע בראַנזשעס, פֿון בױ־טעכנאָלאָגיע ביז לשון־קודשדיקער עפּיגראַפֿיק. פּראָפֿעסאָר רודאָלף קלײן פֿון בודאַפּעשט האָט זיך יאָרן לאַנג אָפּגעגעבן מיט דער פֿילזײַטיקער מעטאָדישער פֿאָרשונג פֿון די גרױס־שטאָטישע בית־עלמינס אין מיטל־אײראָפּע, און האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן ענציקלאָפּעדישע שטודיע. קלײן האָט אױסשעפּיק געפֿאָרשט און באַשריבן די צענטראַלע ייִדישע בית־עלמינס אין װאַרשע, לאָדזש, בערלין, װין, ברעסלע (װראָצלאַװ), בודאַפּעשט, זאַגרעב, בעלגראַד, סאַרײַעװאָ, סאָפֿיע, פּעטערבורג, פּראָג און בוקאַרעשט.
„גרױס־שטאָטישע בית-עלמינס שילדערן אַ ברײט בילד פֿון מאָדערנע געזעלשאַפֿטן און זײַנען אַ סימן־מובֿהק פֿונעם פּראָדוקטיוון צוזאַמענלעבן צװישן ייִדן און זײערע שכנים אין דער תּקופֿה פֿאַרן חורבן,‟ באַטאָנט קלײן. ער דערקלערט, אַז די השׂכּלה און דער אױפֿקום פֿונעם גרױסשטאָטישן ייִדישן בירגערטום אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָבן ראַדיקאַל געביטן דאָס פּנים און די פֿאָרם פֿונעם ייִדישן בית־עלמין. ביז דעמאָלט זײַנען די בית־עולמס געװען רעלאַטיװ קלײנע שטחים אַרומגערינגלט מיט אַ פּשוטער װאַנט. יעדע שטײנערנע מצבֿה איז געװען אין דעם אײגענעם סטיל, און האָבן אַלע געקוקט קײן מיזרח.
די נײַע צײַטן האָבן מיטגעבראַכט נײַע מאָדעס. ייִדן האָבן גענומען בױען זײערע בית־עלמינס לױטן מאָדערנעם אײראָפּעיִשן שטײגער. רײַכע יחידים און משפּחות האָבן אױפֿגעשטעלט פּרעכטיקע אוהלים באַפּוצט מיט סקולפּטורן. געוויסע בית־עלמינס װי, למשל, אין בערלין, האָט מען אויספּלאַנירט װי פּאַרקן, מיט ברײטע אַלײען צום שפּאַצירן און בענקלעך כּדי זיך אָפּצורוען. די שפּראַך און דער סטיל פֿון אױפֿשריפֿטן האָבן זיך אױך געביטן. מען האָט געשריבן די נעמען אױף דײַטשיש, אונגעריש, פּױליש און רוסיש און נאָטירט די דאַטעס לױטן אַלגעמײנעם קאַלענדאַר. דערצו האָט מען אָפֿט מאָל צוגעגעבן נײַע סימבאָלן, װי לשמל פֿינעף רינגען אױפֿן קבֿר פֿון אײנעם אַן אָלימפּישן טשעמפּיאָן אין בודאַפּעשט.
קלײן באַטראַכט דעם בית־עלמין װי אַ גאַנצער קאָמפּלעקס, װאָס איז כּולל ניט נאָר מצבֿות, נאָר אױך דעם אַלגעמײנעם פּלאַן, די סטיליסטישע טענדענצן פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות, די געװיקסן און בײמער װי אַ טײל פֿון דער לאַנדשאַפֿט, און די גאַנצע שטאָטישע אַרכיטעקטורישע סבֿיבֿה אַרום. דער ערשטער טײל פֿונעם בוך נעמט אַרײַן אַ קורצן היסטאָרישן איבערבליק פֿון ייִדישע בית־עלמינס בכּלל און אין מיטל־אײראָפּע בפֿרט און אַ פּאָר קאַפּיטלען װעגן קריסטלעכע השפּעות אױף דער אַרכיטעקטורעלן סטיל פֿון בית־עלמינס און װעגן די ענדערונגען, װאָס די רעפֿאָרעם־ייִדן האָט גורם געװען אינעם דאָזיקן סטיל. דער צװײטער טײל פֿון בוך האָט צו טאָן מיט ספּעציפֿישע פּרטים: טאָפּאָגראַפֿיע, פּלאַנירונג, סאָציאַלע און רעליגיעזע חילוקים צווישן די בית־עלמינס, אײגנאַרטיקע סימנים פֿון אַשכּנזישע און ספֿרדישע בית־עלמינס, וכדומה. אויף יעדער זײַט געפֿינען זיך קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס, װאָס זײַנען לרובֿ גענומען דורך דעם מחבר אַלײן.
אײניקע מצבֿות און גאַנצע מאַװזאָלײען שטעלן מיט זיך פֿאָר אױסגעצײכנטע קונסטװערק. אפֿשר דער פּרעכיטקסטער צװישן זײ איז דער מאַװזאָלײ פֿון דער משפּחה פּאָזנאַנסקי, די רײַכע טעקסטיל־פֿאַבריקאַנטן אין לאָדזש. די מצבֿות שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע סטילן, פֿון קלאַסיציזם ביז עקספּרעסיאָניזם. זײ באַטאָנען מיט שטאָלץ די הצלחה פֿון ייִדן אין װירטשאַפֿט, קולטור, ספּאָרט און אַנדערע אַקטיװיטעטן. די בית־עלמינס זײַנען אױך מערקװירדיקע מוסטערן פֿון גאָרטן־ און פּאַרק־אַרכיטעקטור, װוּ בײמער און כּלערלײ געװיקסן פֿירן אַ מין שטילן שמועס מיט די טױטע שטײנערנע מצבֿות. אַפֿילו די פֿאַרװאָרלאָזטע בית־עלמינס, װי למשל דער ספֿרדישער בית־עלמין אין סאַרײַעװאָ, האָבן אַן אײגענעם עסטעטישן חן.
דער באַנד „גרױסשטאָטישע ייִדישע בית־עלמינס‟ איז אַן ערנסטע אַקאַדעמישע פֿאָרשונג, אָנער מען קאָן אױך סתּם אַ מיש טאָן אינעם בוך און געפֿינען אַן אינטערעסאַנט בילד אָדער מערקװירדיקן פּרט. יעדער בית־עלמין האָט אַן אײגענעם כאַראַקטער און דערצײלט אַ ספּעציפֿישע געשיכטע פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך, פּױלן, אונגערן אָדער יוגאָסלאַװיע. בכּלל, טענהט קלײן, דינען די גרױסשטאָטישע בית־עלמינס װי אַ באַװײַז פֿון דער געלונגענער אינטעגראַציע פֿון ייִדן אין דער ברײטערער געזעלשאַפֿט פֿון גרױסע מיטל־אײראָפּעיִשע שטעט. עס גײט קודם־כּל אין דעם ליבעראַלן בירגערטום, װאָס האָט שטאַרק מצליח דעווען עקאָנאָמיש, סאָציאַל און קולטורעל. הײַנט זײַנען די דאָזיקע בית־עלמינס פֿאַרבליבן שטומע מאָנומענטן פֿון אַ װעלט, װאָס איז מער ניטאָ.
קלײנס פֿאָרשערישער אױפֿטו האָט אַ טאָפּלטן צװעק. װי אַ היסטאָריקער איז ער אױסן צו פֿאַרפֿיקסירן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם מערקװירדיקן אַרכיטעקטישן און קולטורעלן פֿענאָמען, װאָס איז דער גרױסשטאָטישער ייִדישער בית־עולם. אײנצײַטיק װענדט ער זיך צו דעם הײַנטיקן און קומעדיקן דור פֿון דער אײראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט. די ייִדישע קולטור־ירושה איז איצט אין זייערע הענט, און דאָס אָפּהיטן די דאָזיקע ירושה איז זײער אחריות.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor