מײַנע זינדיקע געדאַנקען האָבן מיך געפּײַנקט פֿאַרן יום הדיןMy Sinful Thoughts Tortured Me During the Days Of Awe
אז ווײַבער האָבן געליטן פֿון חמץ־אָבסעסיעס פֿון נאָך פּורים ביז פּסח, האָב איך געליטן פֿון עראָטישע אבסעסיעס פֿון ימי אלול ביז מוצאי יום כּיפּור
עס איז א באקאנטע „מחשבה’לע‟ ביי אחינו בני ישראל, ביי די וואס נעמען די ימי אלול צו ערנסט אדער קענען נישט דערהייבן די אנגעצויגענע שטימונג, אז הלוואי זאל מען קענען איבערשלאפן פון ראש חודש אלול ביז מוצאי יום כיפור. ווידער אזעלעכע פון יענע קהילות וואו מען מאכט פונעם הושענה רבא א יום כיפור, וואלטן אויך געקענט באשטיין צו פאלן אין א שלאף פון ערב הושענה רבה נאכמיטאג ביז א טאג דערויף צו מנחה ערב שמיני עצרת, אדער אפשר גאר ביז נאכן גאנצן הו הא פון שמחת תורה.
דער שטיקנדיקער „אלול‟ אטמאספערע צווישן די ליטוואקעס, וואו מען מאנט א מאנאכישע תשובה און פחד יום הדין דורך א געוואלדיגער ישיבישער ערנסטקייט, איז דאך גאר באקאנט. איך פערזענליך האב קיינמאל נישט ממשות’דיג בייגעוואוינט די ישיבישע פארכטיגקייט פון אלול און די ימי הדין; עס איז מיר אבער גרינג זיך פארשטעלן, איך האב דאך איבער די דארטיגער מצב געהערט אפט שילדערן פון חסידישע חברים וועלעכע זענען יא דארטן געווען, ווי ביי הרב קאפלמאן פון לוצערן, אדער ביי ר’ מתתיהו סאלאמאן אין לעיקוואד. עד כדי כך דערשטיקניק איז דער חודש ביי די ליטוואקן, אז חסידים חוזק’ן פון דעם „א-ל-ו-ל‟, דאס ארויסזאגענדיג מיט א שפאטישן ציטער און אן עקסטרעם ליטווישער הברה.
דאס מיינט אבער נישט אז ביי חסידים איז אלול חודש אדר, א נישט ערנסטער חודש, ניין, ווייט פון דעם. אויך דער חסידישער חודש “עלעל‟ [אלול לויטן חסידישן ארויסזאג] פארמאגט א גאנץ אנגעצויגענע שטימונג. עפעס האט זיך אין זיי פארט אנגעקלעפט פונעם ליטווישן „אלול‟, אדער אפשר גאר געבליבן נאך פון די בעפאר בעל שם טוב צייטן. וויפיל מען זאל נישט ביי חסידים לערנען אז אלול איז ימי הרחמים והסליחות, אז — אנדערש ווי ביי די ליטוואקן וואו גאט איז א בייזער שופט — איז דער באשעפער ביי אונדז חסידים דווקא א דערבארעמדיגער פאטער אין הימל וואס קומט אום אלול בלויז נענטער צו אונז, א’ני ‘ל’דודי ו’דודי ל’י, העלפן זיי נישט אפצושטופן אינגאנצן די אלול’יסטישע אנגעצויגנקייט.
קען איך אלזא נאר רעדן וועגן די פלעצער וואו איך בין אויפגעוואקסן, צווישן פארצייטישע צאנזער גאליציאנער חסידים, און ווי אויך האב איך אביסל דערשנאפט אין די זייטן די אלול קלימאט שפיצן פון אנדערע חסידישע שטיבלעך, חבורות און ישיבות.
קען איך, אזוי, פיר קלאסן:
ערשטנס, זענען פאראן די שטרענגע, די וועלעכע זאגן דרשות, מעורר צו זיין צו רייניגן דאס הארץ, אדער טאקע תשובה טון, שרעקן אן אז די וועלט איז פול מיט צרות, און מען מוז איינרייסן. ביי די סארט חסידים, כאטש מען ווייסט דעם חסידישן געדאנק אז גאט איז א מונטערער און האט ליב שמחה, אבער עס איז פארט יום הדין, באדארף מען זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
ביי אונז ווידער, דעם צווייטן קלאַס, איז נישטא קיין דרשות. די האניג לעקיך מיט די ימים נוראים ניגונים זענען גענוג צו ווארפן א ווארענונגס פינגער אז הנה יום הדין, אט קומען די פארכטיגע טעג. דערפאר פארמאגן מיר עפעס אנדערש וואס ווארפט אן אן ערנסטקייט אין אלע גלידער. דאס איז דעם חסיד’ס און חסידית’טעס זיך קוויטלען ביים רבי’ן. שטייט דער חסיד מיט חדרת קודש, א הייליגער מורא, מיטן תהילם’ל אין די הענט און גרעסטע מאס הכנעה אינעם רבינס ווארטצימער, צווישן פיל שישקעדיגע שאטנס, וועלעכע גרייטן זיך אלע אריין צוגיין בקודש פנימה מיטן קוויטל לקראת די הייליגע טעג. דער מאן מיטן גארטל, די פרוי מיט א ספעציעלער צניעות. אלע דא אין ווארט צימער רעדן שטיל דאס נויטיגסטע מיט א הייליגער יראה.
אט אזעלעכע מראות איז איבערגענוג צו ווארפן א שטימונג פון די הייליגע טעג וועלעכע קומען צו גיין. און פון די אלטע סקארבאווע מנהגים נאך פון די ראשונים צייטן אזוי ווי דער אלול שופר, די תשרי ווייסע פרוכת’ן און ימים נוראים ניגונים, קען דאך דער פרייליכסטער חסיד נישט אנטלויפן. און וועלעכער אידישער איד און אידענע, קליין און גרויס, פארכט זיך נישט ערב יום כיפור ביים סעודת המפסקת איבערן יום טובדיגן יויך.
דער דריטער קלאַס זענען די חסידים וואו טראץ עס איז דא א ימים נוראים’דיקע שפאנונג, איז עס נישט אזוי ווייט דער יום הדין חלק וואס שפילט די הויפט ראלע אין דער שפאנונג. דא גייט אלעס ארום ממליך זיין, באקעניגן, באקרוינען, דעם מלך פון די וועלט, גאט ברוך הוא. אלע חסידים קומען זיך צוזאם ממליך צוזיין דעם מלך העולם מיטן רבי’ן אינאיינעם, ווייל נאר מיטן רבי’ן בראש איז פאסיג צו באקרוינען דעם באשעפער, מיט גרויס תענוג און הייליגע ווארימקייט גייען די חסידים דאווענען און זינגען מיטן רבי’ן לויט די ספעציעלע טראדיציאנאלע קנייטשן און קרעכטצן פונעם חצר.
און גלייכצייטיג איז שוין דער רבי אויכעט דער בעסטער אדוואקאט פארן משפט יום הדין. דאס איז פאר דאס ביסל “יום הדין” פאר די אלטמאדישע וועלעכע זענען נאך שטעקן געבליבן מיטן אלטערטימליכן פחד’יגער ראש השנה. א רעכטער חסיד קימערט זיך פארן כבוד פון גאט, צוזאמען מיטן כבוד פונעם רבי’ן אונזערער, וועלעכער טראגט א געטליכקייט מיט זיך.
ביי אט די חסידים איז אלול מער א רייזע פיבער און קלאוסטראפאבישער דרוק, ווי איידער דער יום הדין און תשובה פחד.
פאראן אפילו מקומות, דער פערטער קלאס, וואו ראש השנה איז מונטער און אויפגעלייגט, כמעט פורים’דיג, ווי א גוטער סימן פאר א ניי יאר, און כאטש עס איז א יום הדין איז אבער גאט א גוטער פאטער און א מלך רחמן. דער סדר פון דעם לאנגן דאווענען גיט אבער א שווענק אויס יעדנס נשמה.
אז איך בין געווען א קינד האב איך נישט געהאט די דאגות פון תשובה, אדער התרוממות הנפש. אלעס איז געגאנגען ארום די ספעציעלע באטייטנדע מנהגים, מאכלים, און געזאנג. א צייט ווען מען טובל’ט זיך אין היימליכקייט, א געפיל פון אמאליקן שטעטל. משפחה לעבן און שיל לעבן ווערן פלוצלינג אזוי סך שטארקער, שפרודלדיגער, און ווארעמער. אונז קינדער זענען איצט נישט קיין חדר קינדער אונטער דעם רבי’ס קאנטשיק און קלאס פארמעסטונגען, נאר שיל קינדער, שטוב קינדער אונטער די מאמעס שאטן. אלול האט אלזא ביי מיר יעצט געמיינט א בעפארברייטונג צו א ראש השנה פון האניג לעקעך, לשנה טובה מיטן עפל, א שופר אין שיל, שיינע ניגונים און חזנות, און תשליך ביים וואסער אינעם דופטיגן ענדע זומער פארנאכטץ.
עם כל זאת, אז אן אלול גערוך האט אנגעהויבן צו דערשפירן זיך אין די לופט, איז דער עקסטרעמער טויש פון די פריילוסטיגע טעג פון די זומער וואקאציע מיט געלעכטער און כמעט הפקירות צו א פלוצלינגדיקע אלול אטמאספער, געווען א שווערער. ווי מען זאגט, „ארויס פון שווימבאסיין [סווימינג פול]‟. צוריק אין חדר אריין, צוריק צו די גמרא, צוריק צום שטייפן סדר היום. מען גייט מער נישט לערנען וועגן נפלאות הבורא ווי מע האט געטאן אין קעמפ; נישטא מער קיין מעשה’לעך, רעטענישן, מתנה’לעך און אלסדינג לוסטיג, דורך א יונגער אמוזירנדיקער רבי און מדריך, מען קען נישט ארום דאווענען וואו און ווען מען וויל. נאר חומיש רש”י, גמרא תוספות, מען גייט פארהערן און אויך מעניש זיין ווי א גאנץ יאר, מען ברויך קומען אין צייט, און דאווענען מיטן רבי’ן איבערן קאפ, ווי אין אן ערנסטער חדר טאג דורך דער גאנץ יאריגער שטרענגער רבי.
נאר דוקא דאס וואס דער רבי גרייט אונדז קינדער צו צום יום הדין, צו די כל מיני אלול און ראש השנה מנהגים, וויאזוי עס גייט זיין אין שיל מיטן לאנגן דאווענען, איז גראד נישט געווען אזוי שלעכט, אייגנטליך א געמיש פון ביטער און זיס, ווייל דא איז דער רבי גראדע צוגעלאזן. אלול’דיגע לימודים איז דאך פארט נישט די רעגלמעסיגע שווערע וואכן לימודים, מען כאפט נישט דא קיין שלעק אז מען קען נישט. נאר פינדעסטוועגן גיט דאס אלול’שאפט פארט א שטיקל סקריך אין די ביינער. שנעל אבער האבן מיר זיך צוגעוואוינט צו אט דעם באפעסטיקטן תשובה’דיגן ענדע זומער פעריאד. אלול, סליחות, און ראש השנה איז געווארן די פריידיגע צייט פון קיך, היימליכקייט, ניגונים, הייליגקייט, שיל פעקלעך פון די מאמע, און שיל חברים.
נאר וואס, אז עס איז געקומען די דערווארטע סליחות טעג מיטן ראש השנה גופא, איז עס ביי מיר געווען א שטיקל אפקומעניש, דאס אלעס בעיקר צוליב די פרעמדע שיל געסט וועלעכע קומען צום רבי’ן פון מיין שיל. בעלי בתים און שיינע אידן פון אנדערע שילן אין שטאט וועלעכע קומען צום לשנה טובה בענטשן אדער אויף אן אנדערע תפילה, און בארויבן מיר מיין פלאץ לעבן טאטן ביים מזרח וואנט. ווער רעדט פון די אויסלענדישע גרופעס חסידים וועלעכע קומען אין די מאסן און פארפילן מיין שיל צו א געדיכטעניש. נישט נאר ווירטשאפטן זיי אן א פיזישער געדרענג, א געשטופעניש, א היץ, א צעפארנקייט און מאנגל אין זיץ פאר אונז קינדער, נאר די גייסטישע געדרענג, אויב איז נישט גענוג דער שווערער און שפאנענדער ימים נוראים סדר, ברענגען אט די שוואנצונים, די מיט די פאנאטישע גלויביגקייט אינעם רבי’ן, מיט מיט זיך אן איבעריגער געדיכטער שטימונג. זיי וואוינען דאך נישטא, פאר זיי איז דא ווי א מיני בית המקדש, קומען זיי לכתחילה צו פארן מיט א צוגעגרייטער ערנסטקייט און געשפאנטקייט.
אז איך בין געווארן א בחור, האבן זיך זאכן געענדערט, און דוקא צו בעסערונג, איך האב מיך אנגעהויבן דערלערנען צו דערהייבן און אפילו נהנה זיין פון דעם געדיכטן עובדישער (עבודת השם) שטימונג. די ראשי ישיבה האבן גערעדט פון תשובה און טהרת המחשבה. עס איז טאקע נישט לייכט אנגעקומען צו נעמען דעם אלול מיטן ראש השנה צו אן ערוואקסענער מדרגה, א מאנאכישער רייניגונג פראציסיע, אבער אז איך בין געקומען צום טעם איז דאס געווען לעילא ולעילא מיט א טעם פון דערהויבנקייט און אויסלייטערונג, אפילו אז דער פחד יום הדין איז געווען אזוי שטארק אז הענט און פיס האבן מיר געציטערט צום אריינגאנג פון ראש השנה, דארטן אין דעם ישיבה אינדרויסן פון שטאט, האט די קדושה געהאט א ספעציעל דערהויבענער געפיל. איך האב מיך דערלערנט וויאזוי צו לערנען הלכות תשובה און ווערן אן עשרת ימי תשובה מאנאך. אז איך בין אהיים געקומען באלד נאך ראש השנה פון ישיבה האב איך קוים סובל געוווען אז די מאמע הערט זיך צו צו א מוזיק אלבום פון יונתן שווארץ, ווי כאילו עס וואלט יעצט געווען חול המועד סוכות נאכמיטאג.
דער מאנאכישער גן עדן וואס האט אנגעהאלטן א קורצער צייט איז מיר אבער צושטערט געווארן. וואס איז געשען?
איך האב געהערט פונעם מגיד שיעור און ווי אויך געלערנט אין די ספרים הקדושים ווי ווייט מען דארף נזהר זיין אום אלול צו האלטן די מחשבה ריין און לויטער. נו, אפילו דער ריינסטער בחור האט דאך ניסיונות אין מחשבה, און אז מען זאגט: „טראכט נישט פון ווייסע בערן‟, טראכט מען דאך נאך מער דערפון. דאס האט פארוואנדלט מיינע ימים נוראים טעג אין א ראלער־קאסטער, פון הייס און קאלט. אינדרויסן האב איך אום אלול תשרי אויסגעזען ווי א פולשטענדיגער עובד, מאנאך, און דערויף האב איך געארבעט, אבער אינווייניג האט געהערשט א תוהו ובוהו, מיט ציין און נעגל האב איך געקעמפט אז איך זאל נישט פארלירן כאטש מיין קינדישע ראש השנה.
הערט נאר, א נאקעטע שיקסע האבן מיר מיינע כלי מחשבה אריינגעריקט אין קאפ, אין נישט קיין בעסערער זמן נאר אין סאמען מיטן ונתנה תוקף. נישט קיין חילוק אן עכטע אדער פאלשע, דער עיקר מיך צו פייניגן. איך האב געביסן די פינגער כדי זיי צו פארטרייבן, געפאכעט מיט די הענט, געוואקלט דעם גוף, פארקרומט דאס פנים, געטרויטן מיט איין פיס אויפן אנדערן, אמאל איז מיר געלונגען צו פארטרייבן זיי, די אומאנגעלייגטע געסט, און צומאל ליידער נישט. אזוי האב איך יארן דורך געלעבט ימים נוראים’ס מיט להכעיסדיגע שיקסעס אין קאפ, אזעלעכע בובא שיקסעס אדער אנדערע דענערווירנדע סעקסואלע ברואים וואס מיין מחשבה האט פראדוצירט מיך צו דערגיין די יארן אין די דערהויבנסטע מומענטן, כאטש וואס איך האב פון קיין שיקסעס און די ברואים נישט געטראכט דורך אויסן יאר. זיי האבן אנטצינדן מיין גוף מיט א פרעמד פייער, און מיר פארהארגעט דעם ראש השנה. דער האט מיר אפילו איינמאל אינמיטן דעם אין קצבה מארש, ווען אנדערע צעפייערן זיך אין זייערע טערקישע טליתים מלא התרוממות, אריין געברענגט א טאנצעדיגע נאקעטע נקבה אין מוח, איי געוואלד.
אז ווייבער האבן געליטן פון חמץ־אבסעסיעס פון נאך פורים ביז פסח, האב איך געליטן פון עראטישע מחשבה אבסעסיעס פון ימי אלול ביז מוצאי יום כיפור. די מחשבות זענען געווארן ווי מיינע יערליכע ימים נוראים געסט. מקנא געווען האב איך די וואס האבן געקענט מיטהאלטן דעם ראש השנה שפיל אזוי ווי מען דארף, אן קיין שטערענישן.
אוי האב איך געבענקט נאך די פארהעלטמעסיג רואיגע קינדישע ראש השנה’ס, אריינגערעכנט יענע פארכטיגע שווארצע סליחות פארטאגסער און ערב יום כיפורדיגע מאגן פחדים נאכן לעצטן מקוה. און גאר שטארק באדויערט האב איך מיין קורצע גאלדענע פרישות’דיגע, מאנאכישער, תקופה, און טאקע צוזאמען מיט דעם הייליגן אימת הדין, וואס איך האב נעבעך אלס פארלוירן.
מיט קנאה האב איך מיט מיין צומישטן עראטיש פארפייניקטן קאפ געקוקט אויף די יעניגע עובדים וועלעכע לויפן מיט הייליגע אייפער און אפעטיט אין מקוה אריין, זאגן תהילים פארטאגס מיט א לייטערער גייסט, קאכן זיך אין ספרי מוסר און חסידות, פארוויקלען זיך אין גראבן טלית, שווייס פון דביקות רינט פון זיי, דאס פנים פארהייליגט, טאנצן מיט א חסידישן דערהויבנקייט דעם אין קצבה טאנץ, און אן ערנסטקייט און מורא איז באגאסן אויף זייער צורה דורכאויס די עשרת ימי תשובה. מיט א היימישער ברייטקייט שטעקן זיי אויס א האנט צו ווינטשן א לשנה טובה און א לחיים אויף א גלעזל שנאפס מיט ימים נוראיםדיגע לעקעך. וואספארא נאנטקייט צום ראש השנה, צום אידישקייט, עבודת השם, וואס פארא געשמאקער אויסגעבאקענער אויסגעהארעוועטער עבודת היום רעכטן זיי אפ. האבן מיר מיינע מחשבות פון OCD —אט דאס אלעס צו’חרוב’ט, מער האב איך די שיינקייט פון ראש השנה און די גאנצע ימים נוראים נישט געקענט זען. געשפירט האב איך זיך ערגער און טמא’נער ווי דער פרייסטער איד. איך בין געווען זיכער אז דער סעקולארסטער איד מיטן גרעסטן פריזור און קלענסטער געבארגטער קאפל, אום ראש השנה יום כיפור טאנצן אים קיין נאקעטע נקיבות אין קאפ, נאר מיט מיר פאסירט דאס.
יארן זענען פארבייגעלאפן, א סך זאכן האבן אינצווישן פאסירט, הכלל, די אבסעסיעס זענען נישטא. קוק איך מיך ארום, זע איך אז ראש השנה איז הערליך שיין, נאסטאלגיע פון א פראכטיגער זמן אין מיינע קינדהייט יארן, דער פחד יום הדין געמישט מיטן גערוך פון כפרות און האניג לעקיך, אך ווי הארץ דערווארעמדיג און טייער, א שטארקער שיל לעבן באשפרענקלט מיט שמאלציגע, פראכטיגע, קדוש’דיגע און גייסטרייכע מסורת’דיגע מנהגים און מעשים, דאס איז גאר נישט אוועק צו מאכן. פון די אלע שווערע מנהגים, פון דעם ערשטן פארכטיגן שווארצן סליחות פארטאגס, די אפגעהיטנקייט, תפילה, און תשובה, באלמיטשנדע טעג, פון די ימים נוראים, ביז מען פאלט אינעם מאטראץ דעם ערשטן טאג סוכות אינעם סוכה’לע דעם קליינעם — איז עפעס אויף וואס עס לאזט זיך בענקען
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO