פֿרוי באַשרײַבט שטעטל־לעבן בײַם סוף פֿון רוסישער אימפּעריעA Woman Describes Shtetl Life At the End Of Russian Empire
די בילדערישע זכרונות פֿון דער אַרבעטערין דאָבע־מערע מעדוועדעוו קען מען איצט לייענען אויף ענגליש.
די קינדער־יאָרן פֿון דאָבע־מערע (מרים) מעדװעדעװ (1892-1976) זײַנען געװען פֿול מיט ביטערקײט און צרות, און דאָס האָט מסתּמא באַװירקט איר װעלטבאַנעם. זי איז געבױרן געװאָרן אינעם שטעטל כאָטימסק, דעמאָלט אין דער מאָליעװער גובערניע פֿון דער רוסישער אימפּעריע. איר פֿאָטער איז געװען אַן אױפֿגעקלערטער מלמד, װאָס האָט גוט געקענט רוסיש און לשון־קודש. ער האָט געשטאַמט פֿון אַכצן דורות רבנים אָבער געמוזט ציִען זײַן פּרנסה פֿונעם חדר. די עקאָנאָמישע ירידה האָט באַװירקט זײַן סטאַטוס אינעם שטעטל, און ער האָט אַפֿילו פֿאַרלױרן זײַן בכּבֿודיקן פּלאַץ אין דער שיל.
דער פּלאַץ איז געװען אַ װיכטיקער סטאַטוס־סימן, װאָס מען האָט באַקומען בירושה. אַרום דעם האָבן זיך צעשפּילט הײסע קאָנפֿליקטן: „עס טרעפֿט זיך אַ מאָל אַז אַ רײַכער בעל־מלאכה זאָל קױפֿן אַ בכּבֿודיקן פּלאַץ בײַ דער מיזרח־װאַנט, און דעמאָלט זײַנען די רײַכע שכנים בעלי־בתּים אַנטלאָפֿן פֿון אים. אין דער שיל איז געװאָרן רעש און מהומה, פֿון אײן זײַט צװישן די בעלי־בתּים, פֿון דער אַנדערער זײַט צװישן די בעלי-מלאכות.‟
דער אױפֿגעקלערטער טאַטע האָט געלאָזט זײַן טאָכטער זיצן מיט ייִנגלעך אין זײַן חדר, און זי האָט זײער ליב געהאַט צו לערנען, אָבער קײן געהעריקע בילדונג האָט זי ניט געקענט באַקומען. אָנהייבנדיק צו פֿינעף יאָר האָט זי געמוזט העלפֿן אין דער הײם, בפֿרט אַז איר מאַמע איז געװען קראַנק און געשטאָרבן װען די טאָכטער איז געװען עלף יאָר אַלט. װען דער טאַטע האָט חתונה געהאַט מיט אַ צװײטער פֿרױ, איז דאָס לעבן פֿאַר דאָבע־מערע און צװײ ייִנגערע ברידער געװאָרן אַ גיהנום. די יתומים האָבן געװאַלגערט פֿון שטעטל צו שטעטל און פֿון אײן קרובֿ צו דעם אַנדערן. דאָבע־מערע האָט זיך אױסגעלערנט נײען אָבער ניט געקענט קריגן אַ פֿעסטע אַרבעט־שטעלע. װי אַ סך יונגע אַרבעטער האָט זי זיך אָנגעשלאָסן אין דער סאָציאַליסטישער באַװעגונג, אָרגאַניזירט שטרײַקן און געגאַנגען אויף דעמאָנסטראַציעס. זי האָט אױך געליטן פֿון די פּאָגראָמען, װאָס האָבן אױסגעבראָכן אין רוסלאַנד אין 1905.
אין אירע זכרונות באַשרײַבט דאָבע־מערע מעדװעדעװ דאָס ייִדישע לעבן אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿון דער רוסישער אימפּעריע, װי עס האָט זיך אָפּגעהיט אינעם זכּרון פֿון אַן אָרעמער ייִדישער פֿרױ פֿון אַ קלײנעם שטעטל אין מיזרח־װײַסרוסלאַנד. אין דעם זינען זײַנען זײ אַ װערטפֿולער היסטאָרישער מקור, װײַל די ייִדישע מעמואַריסטן פֿון יענער תּקופֿה זײנען געבילדעטע מענער פֿונעם שטאָטישן מיטלשטאַנד. דאָס בילד װאָס זי שילדערט איז גאַנץ װײַט פֿון אַ נאָסטאַלגישן זיסן אימאַזש פֿון אַ שטעטל װוּ ייִדן באַציִען זיך פֿרײַנדלעך איינער צום צווייטן. דאָ זײַנען די משפּחה־באַציִונגען פֿול מיט שׂינאה, קינאה און אומיושר. די רײַכע קרובֿים װילן אַפֿילו ניט אַרײַנלאָזן די אָרעמע יתומים אין שטוב אַרײַן, און יענע מוזן נעבעך װאַלגערן צװישן די פֿרעמדע. אַפֿילו דער אָרעמער װײַסרוסישער פּױער האָט מער רחמנות אױף זײ אײדער דער אײגענער רײַכער פֿעטער.
דאָבע־מערע האָט חתונה געהאַט צו זיבעצן יאָר מיט אַ װײַטן קרובֿ. לכתּחילה האָט ער זי שטאַרק ליב געהאַט, אָבער מיט דער צײַט, אונטער דער השפּעה פֿון זײַן משפּחה, איז ער געװאָרן גאַנץ בײז אױף איר. פֿון איר אײגענער לעבנס־דערפֿאַרונג האָט זי זיך אָפּגעלערנט: „איך האָב אַ סך געזען אין מײַן לעבן און בין געקומען צום אױספֿיר, אַז אַלע מאַנצבילן זײַנען דעספּאָטן און עגאָיִסטן לגבי זײערע פֿרױען. עס איז אין זײער דרך־הטבֿע ניט צו באַמערקן און ניט צו אָנערקענען זײערע אײגענע מעשׂים.‟ פֿון דעסט װעגן, האָט זי אָפּגעלעבט מיט איר מאַן 67 יאָר, און זײ האָבן געהאַט פֿינף קינדער.
װי אַ סך ייִדן פֿון יענער געגנט האָט זיך די משפּחה מעדװעדעװ אַריבערגעקליבן קײן לענינגראַד אין די 1920ער יאָרן, װוּ די קינדער האָבן באַקומען אַ רוסישע בילדונג. דאָבע־מערע האָט זיך גענומען פֿאַרשרײַבן אירע זכרונות אין 1939 אױף רוסיש, װאָס איז דעמאָלט געװאָרן די גערעדטע שפּראַך פֿון אירע קינדער. שפּעטער האָט זי פֿאַרניכטעט יענעם טײל פֿון איר װערק, װאָס האָט דערצײלט װעגן די ערשטע סאָװעטישע יאָרן װען איר מאַן האָט פֿאַרמאָגט אַ קלײנע בעקערײַ. אַ סבֿרה האָט זי מורא געהאַט אַז אַזאַ מין בורזשואַזער „ייִחוס‟ װאָלט געשטערט אירע קינדער אין זײער סאָװעטישער קאַריערע.
די ענגלישע אױסגאַבע איז צוגעגרײט געוואָרן צום דרוק דורך דאָבע־מערעס אײניקל, ד”ר מיכאל בײזער פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, און איבערגעזעצט דורך פּראָפֿעסאָר עליס נאַכימאָװסקי. אין דער הדקמה באַמערקט נאַכימאָװסקי, אַז ניט אַלץ, װאָס דאָבע־מערע שרײַבט, שטימט פּינקטלעך מיט היסטאָרישע פֿאַקטן. מען קען אױך זען, װי די אײגענע צרות האָבן באַפֿאַרבט די שאַרף קריטישע באַשרײַבונג פֿונעם משפּחה־לעבן. פֿון דעסט װעגן פֿילט דער לײענער גוט דעם ביטערן טעם פֿונעם אַמאָליקן אָרעמען לעבן פֿון פּראָסטע שטעטלדיקע בעלי־מלאכות.
אין 1952 האָבן די מעדװעדעװס געקױפֿט אַ שטוב אין אַ לענינגראַדער פֿאָרשטאָט. בײזער שרײַבט: „װי איך פֿאַרשטײ איצט, איז די דאָזיקע שטוב, סײַ װאָס שײַך דעם אױסזען, פֿאַרלאָזט און אײַנגעפֿאַלן, מיט אַ גאָרטן, הינער און אַ ציג, און סײַ װאָס שײַך דעם שטײגער, מיט ייִדיש, כּשרות, אָן-סופֿיקע מחלוקות און קעגנזײַטיקער מיטהילף אין אַ גרױסער משפּחה, געװען אַ רעשטל פֿונעם אַמאָליקן שטעטל, װאָס איז על־פּי צופֿאַל אַריבערגעטראָגן געװאָרן אינעם לענינגראַדער פֿאָרשטאָט, װוּ עס האָט זיך אָפּגעהיט ביז אין די 1970ער יאָרן.‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO