יענעם טאָג ווען איך האָב געבענטשט קהל מיט געלעכערטע זאָקןThe Day I Blessed the Congregation With Holes In My Socks
ווי אַ כּהן ווערט דער מחבר אָפֿט גערופֿן צו העלפֿן אָנפֿירן מיטן דוכענען — צי ער וויל, צי ער וויל נישט.
אלס א כהן קומט מיר אויס בייצווואוינען פארשידענע אינטרעסאנטע סיטואציעס, בעיקר מיטן דוכענען.
קום איך אן קיין סאן דיעגא, קאליפארניע, ווי א רייזנדיקער איבער אמעריקע מיטן אויטא, ווייל איך דארטן איבער שבת. איידער איך גיי אינעם ארטיגן שיל בייטאג האב איך צום ערשטן מאל באשלאסן, ווייסט וואס, צו וואס ברויך איך זאקן? שיך זענען גענוג, קיינער זעט סייווי נישט, גיי איך אזוי אין שיל אן זאקן אונטער די שיך.
איז די שיל צוטיילט אין צוויי, א חב”דסקער מנין אונטן, און א ספרדישער אויבן, גיי איך צום ספרדישן, עס איז אינטערעסאנטער און עקזאטישער.
נאך נקדישך פרעגט מיר איינער: אתה כהן, ביסטו א כהן? זאג איך יא.
אאא, אויב אזוי וועסטו דוכענען?
דוכענען יעצט סתם א שבתדיגן שחרית אין חוץ לארץ?
די ספרדים דוכענען אלע שבת, אפילו אין חוץ לארץ.
נו, זאל זיין דוכענען. וואש איך מיר די הענט אינדרויסן, איך האלט ביים אויסטון די שיך פארן ארון הקודש, ווי מיר כוהנים טוען יעדעס מאל פארן דוכענען, און איך כאפ זיך אז ס׳איז צרות, איך האב נישט קיין זאקן.
טו איך ווי אלע קלוגע אידן וואלטן געטון; איך מאך פליטה, איך ווער פארשווינדן פאר א וויילע.
קום איך צוריק שפעטער, באפאלן מיר עטליכע שיל אידן מיט א געוואלד: „היתכן, וואו ביסטו אזוי פלוצלינג פארשווינדן געווארן פון די כהונה פלאטפארעם?‟
זאג איך ווידער עפעס וואס אלע קלוגע אידן וואלטן געזאגט: עס האט מיר געכאפט דער מאגן.
עס האט נישט אויסגעזען ווי זיי גלייבן מיר. ווי מען זאגט: נו געטראפן א תירוץ.
אבער הער, כאטש עפעס א תירוץ, וואס קענען זיי מיר יעצט טון, שרייען אז איך בין א שקרן? דאס וועלן זיי דאך נישט טון מיט א גאסט.
אזא מעשה פון גיין גענצליך אן זאקן האט זיך געמאכט בלויז איין מאל, אבער מיט לעכערדיגע זאקן האב איך געדארפט זיך ספראווענען מער פון איינמאל. האט פאסירט אז איך האב זיך אמאל געטראפן הארט פארן דוכענען מיט לעכערדיגע זאקן, אזוי שטייענדיג שוין אויף די פלאטפארמע, בייג איך מיך ארונטער ווי כאילו זיך געבן א קראץ, און אזוי גיך און אומבאמערקבאר צי איך אראפ דעם לאך אונטער די פאדאשוועס אז קיינער זאל דעם לאך נישט זען.
נישט לאנג איז עס געלונגען. בשעת’ן דוכענען אז איך האב אונטערן טלית ביים אויסזינגען די כוהנישע ברכות געעפנט אן האלבער אויג אויף אראפ האב איך מיטאמאל געקענט זען דעם לאך ווי ער אנטפלעקט זיך אביסל זייטיג. טויג דאך נישט די מעשה. אזויפיל האב איך געהאפט און זיך פארלאזט אויף דעם אז די שיל פארזאמלטע, די נישט־כהנים, די ישראלים, מאכן איצט סייווי צו די אויגן און באהאלטן זיך אונטער זייערע טלתים. מען לערנט זיי דאך אז בשעת די כהנים דוכענען טאר מען אויף די מברכים נישט קוקן, א פייער פון קדושה קען שאטן די אויגן.
און וואס איז אז עס עפנט יא עמיצער די אויגן און גיט אזוי א בליק אויף די פארבאטענע? האב איך טאקע זיך שוין פון פריער באווארנט, איך האב זיך אזוי געשטעלט אונטער די בימה, אויף אזא אופן אז אויסער די פאר שיינע אידן פון מזרח וואנט קען קיינער נישט זען מיינע כהונישע פיסלעך.
און דער אמת איז, איך וואלט דא אינגאנצן נישט באדארפט זיך זארגן מיטן לאך, אפילו אויב עמיצער א מזרח איד באמערקט אים שוין. איך בין דאך דער כהן ביים דוכן, אויף א כהן ביים דוכן פרעגט אן עמך, א פאלנער ישראל, נישט קיין קשיות. אפשר איז דאס גאר דער מנהג, צו גיין לעכערדיגע זאקן צום דוכענען? וואס ווייסט דען דער ישראל וועגן כוהנישע הלכות? ער מיינט דאך נעבעך אז דער כהן אונטערן טלית וואס ברומט די הייליגע תנועה מיט אויפגעהויבענע הענט צום קהל קומט מיט ווייס איך וואס פאר א כהנישע סודות גע’ירש’ט פון זיין כהנישן עלטער זיידע ביז אהרן הכהן. (מיטן לוי איז שוין אביסל אנדערש, דער איז שוין פיפיגער, דער ווייסט אביסל די סודות פון חדר).
בכלל איז דאס גאנצע דוכענען נישט פאר מיינע נערוון. מילא יום טוב, אבער יעדן שבת, אדער ווי אין ירושלים, יעדן איינציגן וואכעדיגן שחרית, דאס איז שוין צופיל. איז מיר אין ירושלים, נאך עטליכע וואכן שוין וויילן דארטן, איינמאל פאר אלעמאל נימאס געווארן דאס דוכענעכץ. אבער ווען דער חזן רופט די כהנים מוז מען גיין. האב איך מיר ווי תמיד אן עצה געגעבן, איך בין שטענדיג ארויס איידער דער חזן האט עספייעט אויסצושרייען: כהנים!
בין איך אין ירושלים יעדן שבת אינעם גרויסן סטאלינער שיל, בשעת’ן דוכן, געשטאנען ביים אונטערשטן שטאק מיט די שבבניקים, די יונגען, די פלוידערערס. איין וואך האט איינער חושד געווען אז עפעס איז דא נישט גלאטיג. די פלוידערייען האלט איך נישט מיט, איך שטיי דארטן ווי א גולם.
„וואס טוסטו דא יעדער וואך אין די צייט?‟
„איך ליפטער מיך אויס פונעם געדרענג!‟ ענטפער איך.
„נע נע נע, זאג מיר דעם אמת.‟
„הער, איך וועל דיר טאקע זאגן דעם אמת, איך בין א כהן, ביי אונז דוכנט מען בלויז יום טוב, איז מיר נימאס געווארן דא דאס דוכענען.‟
„הערסטע א מעשה, ער וויל זיך ארויסדרייען פון די כהונה, פון אונז בענטשן! וואס טוט זאך מיט דיר?‟ שרייט אויף מיר דער שאבאבניק. „דאס איז דאך א מצווה מן התורה. ניין, מער וועסטו זיך נישט ארויסדרייען פון דוכענען,‟ ווארנט ער מיר מיט א מוסרדיגער פינגער.
איינמאל איז גראדע געווען ווען איך האב זיך אליינס אנגעטראגן צו דוכענען. געווען איז דאס ווען איך האב געוויילט אין לאנדאן, איך האב מיך געמוטשעט מיט יעדער פרוטה. קומט צו מיר א חבר מיט א פארשלאג, היות ער האט געזען א צעטל אז עס ווערט געזוכט א כהן צום דוכענען אויף ראש השנה און יום כיפור פאר באצאלט. אאא, באצאלן, דאס איז שוין אן אנדער מעשה! אז מען קען מאכן פון די כהונה עפעס חיונה, עמער דאס ניצן.
קום איך אן צו דעם רבין פון דעם שילכל ביי אים אין שטוב געציילטע טעג פאר ראש השנה, זיך אנטראגן די כהונה, אזא סארט „כהן פראבע‟. דער רבי באטראכט מיר, פרעגט מיר עטליכע פראגעס, און איך ווער אנגענומען אלס דעם שטיבלס כהן, הונדערט פונט א יום טוב, און דאס געשעפט איז געווארן געשלאסן. איך האב מיר געשפירט ווי א זונה וואס פארקויפט זיך פאר אפאר גראשן, פאר א נזיד עדשים, ווי עשיו האט זיין בכורה פארקויפט פאר דעם רויטן געקעכטץ.
אום ימים נוראים, דארטן בשעת’ן דאווענען אין שיל, האב איך מיט גנב’ישע אויגן כסדר ארומגעקוקט האפענדיג אז עס וועט מיר נישט צופעליג אריינפאלן נאך א כהן אויסצוכאפן מיין חשיבות. נישט נאר די געלט האב איך געדארפט, אויך דאס פילן זיך וויכטוג אןן מיוחסדיג האט מיר צוגעגעבן צום געזונט. איז דא א צווייטער כהן בין איך שוין נישט דער גאנצער מיוחס דא, דער רבי וועט מיר טאקע צאלן אבער דאס דוכענען וועט שוין מער נישט זיין געווענדט בלויז אין מיר, א וואקל אין מיין כהונישע העגעמניע דא אין שטיבל.
אבער הערט זשע, איך בין נישט אינגאנצן קיין מגושם. אז איך האב שוין יא געדוכנט איז עס טאקע געווען מיט כוונה, עס איז פארט ראש השנה יום כיפור.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO