Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כעמקע הייבט אָן אַ נײַעם הושענא־רבה־מינהגChemke Starts a New Tradition For Hoshana Rabba

דער אוראַלטער ריטואַל פֿון שלאָגן הושענות באַקומט אַ טיפֿערן באַטײַט בײַ דעם נײַעם „רעבעלע‟.

כעמקעס שענסטער טאג אין יאר איז הושענא רבה. דער וואסערדיגער ריח פון די ערבות בלעטער האט אין אים אריינגעבלאזן א חשק, א רייץ צו עפעס וואס איז נישט טויט נישט לעבעדיג, עפעס סתם איינגענעם מיטן פשטות פון נאטור. דער טאג פון די ערבות האט אים גוט געמאכט אויפן הארצן.

פון שטענדיג אן האט כעמקען געעגבערט אז מען קלאפט בלויז פינף מאל. קוים וואס מען האלט די ערבות אין די הענט ביים סוף פון די הושענא תפילות. אז מען קלאפט שוין זאל טאקע זיין געקלאפט! זאלן די בלעטער זיך צעפליען אינעם גאנצן בית המדרש. כעמקע פאר זיך אז ער האט געקלאפט הושענות האט ער פארגעסן פונעם ארום, יעדן געהאט אין בוידעם, געקלאפט ווי א קינד און אזוי געלאכט אויס שפאנונג און שמחה, עס האט אויסגעקוקט ווי ער האט פאר א וויילע פשוט פארגעסן וואס עס טוט זיך מיט אים צוזאמען מיט אלע זיינע באטריבענישן. א היבשע וויילע נאכן קלאפן איז ער נאך געווען בגילופין פון דאס צולאזענע קלאפעריי זיינע.

האט כעמקע זיך אפגעמאכט איין יאר, צו וואסזשע זיין צווישן אזעלעכע וואס פארשטייען נישט אין די הושענות? פון היינט אן גייט מען מאכן אן אייגענעם הושענא רבה, א מנין פאר זיך, אוי גייט מען קלאפן! טראץ זיין שטילקייט און פארמאכטקייט, אז כעמקען איז עפעס אריין אין קאפ האט ער דאס אויסגעפירט. די הכנות האט ער שוין געמאכט פון פאר שבועות. נישט לייכט איז אנגעקומען צו האבן די הבטחה פון כאטש א מנין צו פראווענען א יום ערבה אזויווי מען דארף. איז אים טאקע געלונגען צאמצוקלויבן א גרופע, אזעלעכע קאטשעלאבעס וואס זענען אויף ביינאכט און זוכן זייער נשמה צווישן ברעסלאוו און קרעטשניף, חב”ד און קעריסטיר, צווישן טאג און נאכט, מקוואות און קאווע שטיבלאך, אוקראינע און צפת. אזעלעכע מיט במכיוון צופלאזענע און צקניפטע לאנגע פאות און בערדלעך, בגדים גרעסער ווי די מאס, אומגלייכע חכמה’וודיג גרימאסן און הויות, ווי מען וואלט געזאגט: „כ’האב די וועלט אין ד’רערד‟. אזעלעכע וואס דערפרייען זיך צו קוריאזע קאפריזישע רעבעלעך.

נישט אין א שיל, אין א פארמאכטן בנין, וועט די חבריא זיך צעפירן מיט די ערבות, נאר אויפן פרייען פעלד, דער אריגינעלער ארט, ביים נחל, ביים טייך, דארטן וואו עס וואקסן טאקע די ערבות. אאא, ווי מחיהדיג איז אזא מקום אין אנהייב הארבסט צייט, דער הארבסט ריח פארפולט דאך דעם גוף מיט די ווארימסטע נאסטאלגיעס, די טויערן צום קאלדערע־ווינטער. דער שטאטישער גארטן, דארט איז דא א גרויסער שטח מיט נאסע גרינע גראז, מחיה נפשות, א שיין וואסערל.

כעמקע פוילט זיך נישט און גייט פארהאנדלען מיט די פארק באאמטע, ער ווענדעט זיך צום הויפט באאמטן מיט א הייס בקשה’דיגער שטימע ווי דער פארצייטישער שתדלן האט גע’שתדל’ט ביים גובערנאטאר אדער מלך: „הויך געשעצטער באאמטער, א געהויבענעם טאג האבן מיר אין עטליכע וואכן ארום, אונזער גרעסטער טאג פון יאר. מיר זענען באפוילן דעמאלס צו קלאפן ריטלעך ביים וואסער. מיר גלויבן ווער עס קלאפט זיי ווערט זיין הארץ אויסגעהיילט פון אלעם בייזן. ביטע, גיט אונז די דערלויבעניש צו בויען א בודקע נעבן וואסער ווי די געבאט פון אונזער תורה און זאלן מיר מיט א רואיגקייט קענען אויספירן אונזער אזוי דערהויבענעם מנהג.‟ די בקשה וואס איז געזאגט געווארן מיט א מלאך’יש פנים איז טאקע נישט אפגעזאגט געווארן.

דער געווענדליכער לאנגווייליגער אויסגעניצטער שטימונג פון א חול המועד’יגער נאכמיטאג פאר דער הושענא רבה נאכט איז פארן המון עם, אן אומעטיגער ערב בין השמשות, א זמן אין וואס מען גרייט זיך, פון א פרייע חול המועד מיט טענץ און מוזיק, אריינצוגיין אין אן ערנסטער נאכט פון תיקון ליל הושענא רבה, די משנה-תורה קריאות און אמירת תהילים, אבער ביי כעמקען איז גאר אן אנדער סארט נאכמיטאג, א פריידיגער פיבערהאפטיגער ערב יום הערבה. אדרבה, דא הייבט זיך די שמחה און לוסטיגקייט אן, א יום הערבה ווי אין די אור אלטע לוסטיגע צייטן אינעם בית המקדש. אין יענע אמאליגע יארן פלעגט מען דאך מיט די ריזיגע הושענות צוזאמען מיט די אפגעניצטע אתרוגים טון כל מיני שמחה’דיגע סימבאלישע מעשים.

שפאנט די „חבריא‟ מיטן יעצט לוסטיגן „רבי’ן‟ אצינד צום ערבות-בוים קלויבן ערבות. צום זון אונטערגאנג וועט דאס ערבה קלויבן פארוואנדלט ווערן אין א ראמאנטיזירטן „מצב’דיגן‟ זמן, באגלייט מיט די נאטירליכע מעלאדיעס פון דעם רוסישן שמואליק’ס אקארדיאן, ווי אריינגעפלאכטן אין דעם מאמענט פון נאטור. איי וואס פארא תענוג… דאס איז וואס פעלט דא טאקע אין דעם גראזיגן אטמאספער, א פאלקישער נגינה קלאנג צוגעפאסט צו א הערבסיטן גראז און פריש אראפגעפאלענע בלעטער.

ארומגענומען מיט די קאטשעלאבישע קרעטשניפע-ברעסאלווער טיפן ווי שאטנס, שטייט כעמקע אויף א לייטערל און רייסט ערבות, כמעט פארשיכורט, בא’בעקעשע’ט מיט א ספעציעלער געבלימטער בעקעשע מיט א סאמעטענעם קראגן לכבוד’ן געשעעניש, און מעשה גוטער איד ווארפט ער ערבות צו די „חסידים‟ און שרייט אויס:

„כאפט, אידעלעך, כאפט, דאס איז א סגולה פאר כלערליי ישועות!‟

אין אנהייב האבן אפילו די קוריאזע קרעטשניפע אוואנטוריסטן נישט געקענט מיטגעכאפט ווערן פון דער „איבערגעטריבענער‟ קאפריזער שמחה, אבער אז כעמקע לאזט נישט נאך זענען זיי איינער נאכן אנדערן געווארן א טייל פון זיין ערבה עקסטאז. צוביסליך איז פון א דערשטוינטן מצב, נישט וויסנדיג וואס איז דאס די שמחה פלוצלינג אין א פארכמארעטער חול המועד נאכמיטאג, געווארן לעבעדיג און פרייליך. דער „ערבה‟ רבי האט אנגעדרייט א שמחת ילדים, א קינדישע פריידיגקייט, א שמחה אן חשבון, אן קיין גבול.

אינעווייניג אינעם ביילויכטינעם באצירטן סוכה בעהאנגען טאקע מיט ריטלעך הדסים און אתרוגים, וואס כעמקע מיט די „חסידים‟ האבן צוגעגרייט צום יום הערבה, באפעלט זיי כעמקע ארויפצושארן די ארבל און גרייטן געריכטן בצוותא, אינאיינעם, לכבודו של יום. מעריב איז געווען ווי פורים, דאמף פון די פולע טעפ האט ארומגענומען דעם גראזיגן אומגעבונג. וואס פאר א היימליכקייט אינעם דיפטיגן אוונט דא אין גארטן! און כעמקע, זינגענדיג א פרייליכס, נעמט זיך צו די ערבות בינדן, נישט פינף, נאר א דיקער בינטל אנגעשטאפט מיט וויפיל ערבות עס גייט:

„אינעם יום ערבה קארגט מען נישט!‟ שרייט ר’ נחמיה אויס. „דער שוכן בערבות וועט באצאלן פאר די ערבות, ביום הערבות.‟

„ערבה מיינט זיסקייט — שרייט כעמקע מיט א שוין הייזעריגער שטימע — ערבה מיינט אויכעט פאראנטווארטליכקייט, געבינדנשאפט, און אמאל מיינט עס אויך הימלישקייט. זאל מען מאחד זיין און צאמבינדן וואס מער זיסקייט, הימלישע זיסקייט, און זאל טאקע זיין זיס פאר אידן.‟

„אמן!‟ האבן די כאפטע לוסטיגע כניאקעס אויסגעשריגן מיט א כאאטישע התלהבות.

פון די ריזיגע זעק ערבות האט יעדער גענומען און געבינדן אזויווי דער „רבי‟ ר’ נחמיה’ן, צענדליגער ריטלעך, וכל הקודם זכה. נאך א גרויסער שפרודלדיגער נאכט, נעכטיגט אדער דרימלט דער עולם אין סוכה. צופיל צייט איז סייווי נישטא, אט קומט באלד צומארגנס דער זיסטער טאג פונעם יאר.

הבוקר אור, אט איז דער טאג, דער יום הערבה אליינס, כעמקעס פנים שיינט, ער איז שיכור פאר פרייד, קען זיך קוים דערווארטן, ער טיילט ברכות רעכט און לינקס ביום שמחת ליבו. שחרית, הלל אויף די גראז נעבן וואסערל מאכט מען געשיקט, די הקפות מיטן לולב מאכט מען מיט טענץ, דערנאך נעמט יעדער דעם פעטן פאק הושענות מיט ביידע הענט, אן אפענער כיפעריי קומט פאר ביי די הושענות פיוטים, ווער האט דאס יעצט דעם קאפ צו די ענדלאזע זאגעריי, הושענא נא, הושיעה נא, זיי זענען בלויז דער וועג צוצוקומען צום תכלית, און אט קומט עס… קול מבשר… א ציטער פון שפאנונג כאפט אלעמען ארום. און עס איז טאקע קיינער נישט אנטוישט געווארן, עס האט זיך שוין איינמאל געלוינט…

אויפן הושענא פלאטפארם קלאפט „דער רבי‟ נישט ווייניגער ווי א גאנצער שעה, ער לאכט און וויינט, און דער עולם, די גאנצער כאפטע, ווערט מיטגעכאפט ווי אין א שטראם, ס׳איז געגאנגען א רויך.

„מיט יעדן בלעטל וואס פאלט ארויס ווערט דאס הארץ באפרייט פון נאך עפעס איינגעגעסענס און אומעטיגס אין הארץ. באפרייט זיי אלע ביזן לעצטן, ברידערלעך!‟

נאך די קלעפ, איז יעדער איינער, אפגעלאדנט פון יעדעס שטיקל בייזקייט און רוגזה, ארויס מיט די טויזנטער בלעטער איבער די גראזן, גרייט אריינצוגיין אינעם יאר אריין ווי ניי געבוירענע קינדער. מיט א ניי בלעטל אין הארץ, האט די כאפטע באטייליגטע, כעמקעס חבריא, פארלאזט דאס וואונדערליכער הושענא רבא גארטן מיטן טייכל, דאס ארט ווי אזויפיל ריטלעך זענען מיט עקסטאז און כעס צעפליקט געווארן, ביז ענדגילטיגער רו.

אני והו הושיעה נא.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.