ווידעאָ: מוזיק און לידער לכּבֿוד שׂמחת־תּורהWATCH: Songs and Music For Simchas Torah
הערט לידער פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, לייב נײַדוס און יוסף קערלער.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער קנאַפּער צאָל סוכּות־לידער אויף ייִדיש, זענען פֿאַראַן אַ סך לידער און אַלטע ייִדישע ניגונים לכּבֿוד שׂמחת־תּורה.
דער יום־טובֿ, דער פֿריילעכסטער פֿונעם ייִדישן לוח, איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאַראַדן און מאַרשן מיט די ספֿרי־תּורה, ווי אויך פֿאַרן משׂמח זײַן זיך אויף די גאַסן. ניט קיין חידוש וואָס די מוזיק פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ איז געוויינטלעך זייער ענערגעטיש און פֿריילעך.
דאָס באַקאַנטע ליד „שׂמחת־תּורה‟ („קינדער, מיר האָבן שׂמחת־תּורה, שׂמחת־תּורה אויף דער גאַנצער וועלט‟) איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿונעם באַקאַנטן פֿאָלקספּאָעט און זינגער מאַרק וואַרשאַווסקי און איז, אַ דאַנק חנה מלאָטעק, פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורך די אַרבעטער־רינג־שולן אין די 1960ער יאָרן. דאָס ליד איז אָבער געוואָרן ברייט באַקאַנט ערשט אין די 1990ער אַ דאַנק דעם, וואָס די „קלעזמאַטיקס‟ האָבן רעקאָרדירט דאָס ליד אין אַ נײַער אַראַנזשירונג פֿון פֿרענק לאָנדאָן. דער נוסח, וואָס די קאַפּעליע האָט רעקאָרדירט צוזאַמען מיטן לעגענדאַרן פֿידלער יצחק פּערלמאַן אויף זײַן אַלבאָם „אינעם פֿידלערס הויז‟ קען מען הערן ווי אַ טייל פֿון אַ חנעוודיקן אַנאַמאַציע־פֿילם, געמאַכט מיט לײמענע ליאַלקעס.
אַ באַקאַנטע קאָמפּאָזיציע געשאַפֿן לכּבֿוד שׂמחת־תּורה, וואָס הייסט פּשוט „שׂמחת־תּורה‟, האָט געשפּילט אייב שוואַרצס „ייִדישער אָרקעסטער‟ אין די 1910ער און 1920ער יאָרן. אָט קענט איר הערן זייער נוסח פֿונעם ליד, וואָס די פֿירמע „קאָלומביע‟ האָט אַרויסגעלאָזט אויף אַ פּלאַטע אין 1917.
דאָס ליד שפּילט אויך די מאָדערנע קלעזמער־קאַפּעליע „חבֿרותא‟ אין אַ מער ערנסט, רוחניותדיקן נוסח מיט בלויז סטרונע־אינסטרומענטן, פֿידל און צימבל.
ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט גאָר מאָדערנע, האָבן אויך געשאַפֿן לידער וועגן שׂמחת־תּורה. לייב נײַדוס, וואָס איז באַקאַנט דווקא פֿאַר זײַנע וועלטלעכע לידער און איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־פּאָעזיע אויף ייִדיש, האָט אָנגעשריבן אַ ליד וועגן שׂמחת־תּורה, וואָס דער קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק האָט מיט יאָרן שפּעטער געשאַפֿן מוזיק דערצו. אָט קענט איר הערן ווי ליסאַ ווילסאָן זינגט דאָס ליד אין איר קלאַסישן קינסטלערישן סטיל.
אפֿשר דאָס סאַמע רירנדיקסטע ליד וועגן שׂמחת־תּורה האָט אָנגעשריבן דער פּאָעט יוסף קערלער אין 1953 בעת ער איז געזעסן אינעם טרויעריק־באַרימטן סאָוועטישן גולאַג־לאַגער „וואָרקוטאַ‟. דאָס ליד קוקט אַרויס אויף אַ בעסערער צײַט, ווען מע וועט קענען פּראַווען דעם יום־טובֿ בפֿרהסיא. אָט זינגט ער דאָס ליד, צוזאַמען מיט זײַן זון, דעם פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דעם פֿילם האָט געמאַכט מענדי כּהנא אין 1998.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO