צום ערשטן מאָל — אַ ייִדיש־סוף־וואָך אין ישׂראלFor the First Time Ever – a Yiddish Immersion Weekend in Israel
מע וועט באַזוכן דעם קיבוץ פֿון די געטאָ־קעמפֿער, שפּילן אין ספּאָרט און לייענען בציבור פֿון דער ייִדישער פּרעסע
ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי, וואָס פֿירן אָן מיטן ירושלימער ייִדיש־צענטער „ייִדיש־אָרט‟, האָבן לעצטנס געמאָלדן, אַז זיי אָרגאַניזירן אַ ייִדיש־סוף־וואָך אין ישׂראל אויפֿן סמך פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדיש־וואָך און דעם גריכישן ייִדיש־מאַראַטאָן. אויב די פּראָגראַם וועט מצליח זײַן, האָפֿן זיי ווײַטער צו שאַפֿן אַזעלכע ייִדיש־סוף־וואָכן אין ישׂראל און מיט דער צײַט — אויף אַ גאַנצער וואָך.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק דעם 6טן דעצעמבער און שבת דעם 7טן דעצעמבער 2019, אינעם האָטעל ”נס עמים“, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון עכּה און נהריה. דער פּרײַז פֿאַר דערוואַקסענע איז 870 שקלים פֿאַר איין בעט אינעם ביליקסטן צימער געטיילט מיט שותּפֿים ביז 1,170 שקלים פֿאַר אַ פּריוואַטן צימער. דער פּרײַז פֿאַר קינדער וואָס זענען ייִנגער אין עלטער פֿון 12 יאָר איז 210 שקלים און פֿאַר עופֿלעך — 25 שקלים. די רעגיסטראַציע איז שוין אָפֿן, מע קען זיך רעגיסטרירן ביזן 6טן נאָוועמבער. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: [email protected].
אַ הויפּט־אַקטיוויטעט פֿון דער פּראָגראַם וועט זײַן אַ באַזוך אין „לוחמי הגטאות‟ (קיבוץ פֿון די געטאָ־קעמפֿער), געגרינדעט דורך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. דאָרט געפֿינט זיך הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע חורבן־מוזייען אין לאַנד, „בית לוחמי הגטאות‟, ווי אויך אַ פֿאַרלאַג פֿון חורבן־ביכער, וואָס האָט במשך פֿון די יאָרן אַרויסגעגעבן הונדערטער בענד אויף העברעיִש, ייִדיש און ענגליש.
די באַטייליקטע וועלן אויך הערן רעפֿעראַטן וועגן דער שרײַבער־גרופּע „יונג־ישׂראל‟, שפּילן ספּאָרט, אַרומרעדן די פּרשה פֿון דער וואָך און לייענען צוזאַמען פֿון דער ייִדישער פּרעסע.
מענטשן וואָס קענען ניט קיין ייִדיש זענען פֿאַרבעטן צו קומען, אַבי זיי שטערן ניט די ייִדיש־רעדנדיקע אַטמאָספֿער. זיי וועלן זיך באַטייליקן אין אַ ייִדיש־קורס פֿאַר אָנהייבער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor