איך גנבֿע זיך אַרײַן צום וויזשניצער רבין אין בני־ברקSneaking In to the Vizhnitser Rebbe’s Tish In Bnei Brak
די מחברטע כאַפּט אַ בליק אין דער שטוב פֿונעם רבין אויף אַ גאָר אַנדערן שטייגער ווי עס טוען עס זײַנע חסידים.
מיט אַ שפּאָר ביסל יאָר צוריק בין איך צום ערשטן מאָל אַוועק קיין ישׂראל און אײַנגעשטאַנען בײַ מײַן מאַנס שוועסטער אינעם טײַערן שטעטעלע לעבן תּל־אָבֿיבֿ — בני־ברק. דעמאָלט האָבן כּמעט אַלע ייִדן דאָרט גערעדט ייִדיש. ס׳איז פּונקט געשטאַנען דער הייסער חודש אויגוסט, ווען מ׳האָט געקענט צעשמאָלצן ווערן, האָב איך זיך באַוויזן פֿון ניו־יאָרק מיט מײַן אַכט־יעריק זונעלע אַבֿרהמל, געטראָגן האָב איך אַ פּאָר קורצע הײזלעך, אַן אויסגעשניטן בלוזקעלע אָן אַרבל און שיכלעך מיט אַ פּאָר זייער הויכע אָפּצאַסן, ס׳הייסט קלעצלעך, קנאַפֿל, אויף אויסצוזען העכער. ווי נאָר מענדלס שוועסטער האָט מיך דערזען האָט זי פֿאַרביסן מיט די ליפּן און געשעפּטשעט צום מאַן:
„גיב נאָר אַ קוק מיט וועמען מײַן ברודער האָט חתונה געהאַט, נישט קיין פֿרומע און דערצו מוז זי זײַן אַ קאָמוניסטקע.‟
איך האָב זיך אויסגעלאַכט. ס׳איז פּונקט געווען פֿאַר די ימים־נוראים. זאָג איך צו מענדלס שוועסטער און שוואָגער: „איר זײַט דאָך פֿון דער היים געווען וויזשניצער חסידים, נישט אמת?‟
זאָגן זיי: „יאָ.‟
זאָג איך: „וואָס אַן אמת ווייס איך אַז דער וויזשניצער רבי וווינט אין בני־ברק, נישט אַזוי?‟
מאַכן זיי: „יאָ!‟
„אויב אַזוי — לאָז איך נישט אָפּ — „זײַט איר אַמאָל געווען בײַם וויזשניצער רבין?‟
מאַכן זיי: „ניין.‟
פֿאַרדריסט עס מיך, זאָג איך זיי: „אויב אַזוי, חבֿרה, לאָמיר כאַפּן אַ שפּאַציר צום וויזשניצער רבין. איך וויל זען וווּ ער וווינט און צי מ׳קען צו אים אָנקומען.‟
קוקן זיי מיך אָן ווי איינער זאָגט: משוגע, מתהרה און חסר־דעה. זיי לעבן שוין אין בני־ברק איבער דרײַסיק יאָר און ס׳איז זיי קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן צו זײַן בײַם וויזשניצער רבין, און דאָ קומט אָן אַ פּלוניתטע פֿון ניו־יאָרק און רעדט אַזעלכע ווילדע דיבורים. צי איך ווײַטער אונדזער שמועס: „ס׳איז נאָך פֿרי, אויב ס׳איז אײַך נישט שווער, טוט מיר אַ טובֿה און פֿירט מיך זען דעם רבינס הויז.‟
קוקן זיי מיך אָן מיט ווילדע בליקן און מאַכן: „טאַקע?‟
„טאַקע!‟ שאָקל איך צו מיטן קאָפּ.
זײַנען מיר אַוועק אָפּשטאַטן אַ וויזיט, נישט חלילה צום רבין גופֿא, נאָר זען וווּ ער וווינט. קומען מיר צו צום רבינס הויז, אַ גאַנץ באַלעבאַטישע קאַמעניצע.
דערווײַל האָט זיך אַרײַנגעשלײַכט דער אָוונט, ס׳איז געוואָרן פֿינצטער און איך טרעט נישט אָפּ, איך וויל דווקא זען דעם וויזשניצער רבין. זאָג איך צו מענדלס משפּחה:
„איר בלײַבט דאָ, איך וועל זיך אַרײַנשלײַכן אין רבינס הויף, אפֿשר וועל איך עפּעס זען.‟
זיי קרימען זיך און איך גנבֿע זיך אַרײַן אין רבינס הויף. כ׳זע אַז פֿון רבינס אָפֿענער וועראַנדע שטראַלט אַרויס אַ גרויס ליכט, די טעראַסע איז באַהאָנגען מיט יונגע לײַט, מסתּמא וויזשניצער חסידימלעך. לעבן דעם באַלקאָן איז געוואַקסן אַ גרויסער בוים, בין איך אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן בוים, זיך אָנגעכאַפּט אינעם באַלקאָן וווּ עס זײַנען געהאָנגען די וויזשניצער יונגע לײַטלעך געאָרעמט, האָב איך זיך אָנגעכאַפּט אינעם פּאַרענטש פֿונעם באַלקאָן און זיך אָנגעהאָנגען אין די יונגע לײַט און דערזען דאָס גרויסע ליכט פֿון רבינס עסצימער.
דער רבי איז געווען געקלײדט אינגאַנצן אין ווײַס, מיט אַ קאָפּ גרויע האָר. אַרום די ווענט שטייען זײַנע חסידים און וואַרטן אויפֿן רבינס שיריים. קיין פֿרוי איז אין גרויסן עסצימער נישטאָ. אַ חסיד ברענגט אַרויס אַ טעלערל לאָקשן מיט יויך, דער רבי נעמט עס אין דער האַנט, פֿאַרזוכט איין לעפֿעלע און ווינקט צו איינעם פֿון זײַנע חסידים צוצוקומען. יענער לויפֿט צו, מאַכט אַ זשמעניע, דער רבי גיסט אַרײַן דאָס טעלערל זופּ אין זײַן זשמעניע, מאַכט אַ ברכה, יענער כאַפּט זיך אָן אין רבינס מתּנה און שלינגט עס אַראָפּ מיט גרויס גליק. און אַזוי מיט די געפֿילטע פֿיש מיט חלה און אַ טעלערל קאָמפּאָט. ס׳געדויערט אַ היפּשע צײַט ביז דער רבי שלינגט אַלץ אַראָפּ. ער איז זייער אַלט און רירט זיך קוים.
דערווײַל הענג איך אויף די וויזשניצער יונגע לײַט. די חבֿרה פֿאַלט נישט אײַן אַז איך הענג אויף זייערע פּלייצעס און קוקן זיך נישט אום.
מיטאַמאָל אַ געוואַלד און אַ געשרײ:
„אישה! אישה!‟
אַלע קוקן זיך אַרום און איך אויך. איך האָב אינגאַנצן פֿאַרגעסן אַז אישה איז פֿרוי און די חבֿרה יונגעלײַט קוקן זיך אויך אַרום און דעזעען מיך הענגען אויף זיי, האָבן זיי מיך אַראָפּגעשלײַדערט פֿון זיך און איך בין געפֿאַלן מיט מײַנע הויכע קלעצלעך אויפֿן זאַמד פֿון רבינס הויף און גענומען לאַכן פֿון דער גאַנצער מאָדנער סצענע.
דערווײַל איז אַרויסגעקומען עפּעס אַ הויכער ייִד און זעענדיק ווי איך ליג אויפֿן זאַמד און לאַך, האָט ער גענומען טאַדלען מיט אַ פֿינגער צו מיר:
„אישה! דו הירזשעסט ווי אַ פֿערד, אישה!‟
איך האָב זיך דערווײַל אויפֿגעהויבן, אָפּגעשאָקלט פֿון זיך דעם זאַמד און גענומען שפּרײַזן צום טויער וווּ עס איז געשטאַנען מענדלס משפּחה און מיך באַוווּנדערט. האָב איך זיי געזאָגט: „איר זעט, חבֿרה, איר ווווינט שוין דאָ איבער דרײַסיק יאָר און נישט געזען דעם וויזשניצער רבין. איך בין דאָ איין וואָך און האָב בײַגעוווינט אַן אויסנאַם פֿון אַ געשעעניש.‟
אַלץ וואָס זיי האָבן געהאַט צו זאָגן איז געווען: „גיב אַ קוק מיט וועמען מענדל האָט חתונה געהאַט, אַ חצופֿה.‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO