קאָנפֿערענץ געווידמעט חורבן־היסטאָריקערין רחל אויערבאַך אין יעיל־אוניווערסיטעטConference on Holocaust Historian Rachel Auerbach at Yale University
אַן אינטערנאַציאָנאַלע גרופּע פֿאָרשער וועלן אַרומרעדן ווי אויערבאַכס אַרבעט האָט באַווירקט די חורבן־פֿאָרשונג און דעם אײַכמאַן־פּראָצעס.

Image by Getty Images
דעם 4טן נאָוועמבער וועט אין יעיל־אוניווערסיטעט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דער זשורנאַליסטקע און היסטאָריקערין רחל אויערבאַך. די קאָנפֿערענץ ווערט געשטיצט פֿונעם „ווידעאָ־אַרכיוו פֿון גבֿית־עדותן פֿון שארית־הפּליטה ייִדן אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה פֿאָרטונאָף‟.
אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערנעץ „רחל אויערבאַך, די בריק צווישן דער מלחמה־צײַט און די נאָכמלחמהדיקע גבֿית־עדותן‟, וועלן פֿאָרשער באַטראַכטן איר ראָלע ווי אַ גרינדערין פֿון דער חורבן־פֿאָרשונג. דער צוזאַמענפֿאָר וועט פֿאָרקומען אין דער „סטערלינג־מעמאָריעל־ביבליאָטעק‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון יעיל־אוניווערסיטעט.
אין דער קאָנפֿערענץ וועלן זיך באַטייליקן אַ ריי פֿאָרשער פֿון אַמעריקע, ישׂראל, דײַטשלאַנד און פּוילן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער חורבן־פֿאָרשונג און מיטן קולטורעלן לעבן פֿון די ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן. ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו (טריניטי־קאַלעדזש), וואָס זײַן בוך „ווער וועט פֿאַרשרײַבן אונדזער געשיכטע‟ און דעם דאָקומענטאַר־פֿילם געמאַכט אויפֿן סמך דערפֿון שילדערן דאָס לעבן און אויפֿטוען פֿון אויערבאַך אין וואַרשעווער געטאָ, וועט האַלטן די הויפּטרעדע אויף דער קאָנפֿערענץ. ד׳׳ר אפֿרת גל־עד (הײַנריך־הײַנע אוניווערסיטעט), וואָס האָט געשריבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, וועט אַרומרעדן די באַציִונג צווישן מאַנגער און זײַן לאַנגיאָריקער געליבטער רחל אויערבאַך. ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק (ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט) וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע „רחל אויערבאַך ווי אַ אינטעליגענטקע‟ און ד׳׳ר דוד ראָסקעס (ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר) וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע „רחל אויערבאַכס יללה‟. פֿאָרשער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער יוריספּרודענץ וועלן דיסקוטירן די ראָלע וואָס אויערבאַך האָט געשפּילט אין עטלעכע יורידישע פּראָצעסן, איבערהויפּט דעם אײַכמאַן־פּראָצעס.
אַ באַקאַנטע זשורנאַליסטקע אין וואַרשע פֿאַר דער מלחמה, איז אויערבאַך געווען איינער פֿון דרײַ פֿאָרשער פֿונעם געהיימען „עונג־שבת‟־אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז געבליבן לעבן. במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט זי זיך באַמיט צו פֿאַרזיכערן, אַז די וועלט זאָל הערן דעם קול פֿון די שארית־הפּליטה ייִדן, סײַ אין יורידישע פּראָצעסן, סײַ אין דער אַקאַדעמישער אַרענע. זי האָט אָנגעהויבן די פּראָגראַם די „יד־ושם‟ פֿון זאַמלען גבֿית־עדותן פֿון שארית־הפּליטה ייִדן און איז געווען אַ פֿאַרמיטלער צווישן די שארית־הפּליטה ייִדן און דער ישׂראלדיקער רעגירונג בײַם פּראָצעס קעגן אַדאָלף אײַכמאַנען. אַ ריי פֿון אירע ביכער, אַרײַנגערעכנט אירע זכרונות, קען מען לייענען און הערן אויף ייִדיש דאָ.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief