ניטאָ אױף דער װעלט קײן שטאָט, װאָס זאָל הײסן יעהופּעץThere Is No City On Earth Called Yehupets
שלום־עליכמס װיזיע פֿון קיִעװ שפּיגלט אָפּ דעם אומזיכערן מצבֿ פֿאַר ייִדן אין דער אוקראַיִנער שטאָט פֿאַרהייליקט בײַ די רוסישע קריסטן.
דאָס קעפּל פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל שטאַמט פֿון שלום־עליכמס נאָכװאָרט צו זײַן קאָמעדיע „יקנה”ז‟ (1894), װאָס האָט חוזק געמאַכט פֿון די אױפֿגעקומענע קיִעװער ייִדישע נגידים. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער האָט זיך שלום־עליכם אַלײן געדרײט אין זײער סבֿיבֿה, געשפּילט מיט „פּאַפּירלעך‟ אױף דער קיִעװער בערזע און געחלומט װעגן אָנשרײַבן אַ סעריע ראָמאַנען פֿונעם ייִדישן לעבן. אָבער קײן מזל אױף דער בערזע האָט ער ניט געהאַט. ער האָט אָנגעזעצט, פֿאַרלױרן דעם פֿאַרמעגן, װאָס ער האָט געירשנט פֿון זײַן רײַכן שװער, און האָט געמוזט אַנטלױפֿן קײן אױסלאַנד. אין עטלעכע יאָר אַרום האָט ער שוין געקענט זיך אומקערן, און זיך װידער באַזעצט אין קיִעװ, אָבער דאָס מאָל — אין אַ מער באַשײדענער דירה.
די ראָשי-תּיבֿות יקנה”ז איז טײַטש „יין־קידוש — נר־הבֿדלה — זמן‟, דעם סדר פֿון דער הבֿדלה־ברכה װען אַ יום־טובֿ פֿאַלט אױס מוצאי־שבת. אָבער אין שלום־עליכמס קאָמעדיע האָט דאָס װאָרט אַן אַנדער מײן. דאָס איז אַ מין אַקציע אָדער װעקסל, װאָס מען האַנדלט אױף דער בערזע. אַלע זײַנען גיריק צו קױפֿן אַזאַ פּאַפּירל, אָבער קײנער פֿאַרשטײט ניט, װאָס עס איז און װיפֿל עס איז װערט. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז דער יקנה”ז איז געװען אַ גאָלער שװינדל. אינעם נאָכװאָרט דערקלערט דער מחבר: „רבותי! יקנה”ז לא היה ולא נבֿרא – ס’איז קײן יקנה”ז גאָר אױף דער װעלט נישט געװען, אַזױ װי ס’איז ניטאָ אױף דער װעלט קײן שטאָט, װאָס זאָל הײסן יעהופּעץ.‟
פֿאַר װאָס זשע זאָגט שלום־עליכם, אַז יעהופּעץ איז ניט קײן רעאַלע שטאָט, „נאָר אַ משל, אַ פֿאַנטאַזיע, אַן אױסגעטראַכטע מעשׂה פֿון אַלף ביז תּיו‟? מיר װײסן דאָך, אַז יעהופּעץ איז אין שלום־עליכמס װערק אַ במקום־װאָרט פֿאַר קיִעװ. מען קען דאָס דערקענען אין די בריװ פֿון מנחם־מענדל, אין די ראָמאַנען „דער מבול‟ און „דער בלוטיקער שפּאַס‟, װי אױך אין דעם אױטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „פֿונעם יריד‟. די קאָמעדיע „יקנה”ז‟ איז געװען שלום־עליכמס סאַמע דרײסטע סאַטירע אױף דער אױפֿגעקומענער ייִדישער בורזשואַזיע, און אַ פּנים האָט ער געװאָלט פֿאַרמאַסקירן זײַן קריטישע שאַרפֿקײט דורך פֿאָרשטעלן זײַן פּיעסע װי אַ משל. דאָס האָט אים אָבער ניט געהאָלפֿן, און „יקנה”ז‟ איז טאַקע פֿאַרװערט געװאָרן.
די 1880ער יאָרן, װען שלום־עליכם האָט זיך צום ערשטן מאָל באַזעצט אין קיִעװ, איז געװען די צײַט פֿונעם גװאַלדיקן עקאָנאָמישן װוּקס אין דער שטאָט וואָס איז געװאָרן דער װיכטיקסטער צענטער פֿון אינדוסטריע, האַנדל און פֿינאַנצן אינעם דרומדיקן קאַנט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. קיִעװ האָט צוגעצױגן כאָפּטעס מענטשן, װעלכע האָבן געחלומט צו מאַכן געלט אױף גיך דורך ספּעקולאַציעס אױף דער בערזע אָדער דורך הײַזער־האַנדל. אָבער קיִעװ האָט אױך געשמט װי דאָס װיגל פֿונעם רוסישן קריסטנטום. יעדן זומער האָבן טױזנטער קריסטלעכע „עולי־רגל‟ באַזוכט די קיִעװער קלױסטערס און מאָנאַסטירן. דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדער דער צװײטער האָט באַצייכנט קיִעװ ווי דער „יערוסאַלים פֿונעם רוסישן לאַנד‟.
בײַ די פֿרומע קריסטן איז דער עקאָנאָמישער אױפֿבלי פֿון קיִעװ געװען אַ קללה, בפֿרט אַז אַ היפּשע צאָל פֿון די נײַע אונטערנעמער און באַנקירן זײַנען געװען ייִדן. ביז 1859 איז קיִעװ געװען פֿאַרװערט פֿאַרן ייִדישן ייִשובֿ, און שפּעטער האָט די צאַרישע רעגירונג דערלױבט בלױז אױסגעקליבענע קאַטעגאָריעס ייִדן צו באַזעצן זיך און טאַקע נאָר אין געװיסע געגנטן פֿון דער שטאָט. אַזױ אַרום איז קיִעװ געװען אַ יוצא־דופֿן צװישן רוסישע שטעט. די שטאָט איז געלעגן אין דער סאַמע מיט פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ, אָבער איז פֿאַרבליבן האַלב־געשלאָסן פֿאַר ייִדן. ייִדישע אײַנוווינער פֿון די אַרומיקע שטעטלעך האָבן געקאָנט קומען אין דער שטאָט בײַ טאָג, אָבער ניט געטאָרט דאָרט נעכטיקן. שלום־עליכם האָט גוט געוווּסט וועגן דעם אײגנאַרטיקן יורידישן מצבֿ, און האָט אים קינסטלעריש אָפּגעשפּיגלט אין זײַן געשטאַלט פֿון יעהופּעץ.
דאָס נײַע בוך פֿונעם אוקראַיִנער־אַמעריקאַנער היסטאָריקער סערהי בילענקי, „אימפּעריאַלער אורבאַניזם אין די גרענעץ־לענדער, קיִעװ 1800–1905‟ שילדערט דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿאַר שלום־עלימס ליטעראַרישער קאָנסטרוקציע פֿון יהופּעץ. ייִדן האָבן באַטראַכט קיִעװ װי אַ מין חלום, אַן אָרט, װוּ מען קען מאַכן גוטע געשעפֿטן. שלום־עליכמס באַליבטער פּאַרשױן מנחם־מענדל באַװײַזט זיך צװישן די העלדן פֿון „יקנה”ז‟ אין יעהופּעץ. ער קומט אַהער פֿון אָדעס: „אַלע אָדעסער קומען אַהער קײן יהופּעץ, קומען זײ, און דאָ הער איך, ייִדן, אָן עין־הרע, מאַכן ניט שלעכט, מאַכן זײ.‟
די רוסישע נאַציאָנאַליסטן האָבן אָבער געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ טומאה אין זײער הײליקן קריסטלעכן היכל. בילענקי האַלט, אַז אָן ייִדן און פּאָליאַקן, װאָס זײַנען אױך געװען טעטיק אין דער קיִעװער עקאָנאָמיע, װאָלט קיִעװ אפֿשר ניט באַקומען בײַ די רוסישע קריסטן אַזאַ הײליקן שם. די סתּירה צװישן צװײ װיזיעס פֿון קיִעװ — דעם ייִדישן יעהופּעץ װוּ מען קאָן „מאַכן ניט שלעכט‟, און דעם קריסטלעכן „יערוסאַלים פֿונעם רוסישן לאַנד‟ — האָט זיך פֿאַרפֿעסטיקט אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט און האָט גורם געװען דעם בלוטיקן פּאָגראָם אין 1905. שלום-עליכם מיט זײַן משפּחה האָבן זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די אַטאַקן אין אַ האָטעל און האָבן גלײַך נאָך דעם פֿאַרלאָזט רוסלאַנד.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor