אונעסקאָ שטיצט קאָנקורס פֿון נײַע פּיעסעס באַזירט אויף שלום־עליכמס מעשׂיותUNESCO Co-Sponsors Playwriting Contest Based on Sholem Aleichem’s Work
דער ציל איז צו אינספּירירן דראַמאַטורגן צו שאַפֿן פּיעסעס, וואָס שילדערן די „אוניווערסאַלע ווערטן‟ פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער.

Sholem Aleichem, circa 1907 Image by Forward Association
לכּבֿוד דעם 160סטן יאָר זינט שלום־עליכמס געבוירן־ווערן האָט דער „אינטערנאַציאָנאַלער טעאַטער־אינסטיטוט‟, אַ פּראָיעקט פֿון „אונעסקאָ‟, צוזאַמען מיטן „אינסטיטוט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער‟, אײַנגעאָרדנט אַ קאָנקורס צו שאַפֿן די בעסטע דראַמאַטישע אינסצענירונג פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות. די אָרגאַניזירער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס האָפֿן דערמיט צו אינספּירירן דראַמאַטורגן איבער דער וועלט צו ברענגען שלום־עליכמס ווערק צו אַ נײַעם עולם.
אַן אינטערנאַציאָנאַלע זשורי פֿון פֿינעף רעזשיסאָרן און דראַמאַטורגן וועלן אויסקלײַבן די דרײַ בעסטע פּיעסעס.
פֿאַראינטערעסירטע דראַמאַטורגן קענען אַרײַנשיקן זייערע סצענאַרן ביזן 30סטן מאַרץ 2020. די פּיעסעס מוזן געשריבן ווערן אויף ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש, באַגלייט מיטן תּחילהדיקן סצענאַר אויף ייִדיש, און באַטרעפֿן נישט מער ווי 22 זײַטן (בערך 51,000 כאַראַקטערן). מע וועט בלויז אָננעמען סצענאַרן, וואָס מע האָט נאָך קיין מאָל ניט אַרויסגעגעבן אָדער אויפֿגעפֿירט.
דער ערשטער געווינער וועט באַקומען אַ באַלוינונג פֿון 2,500 אייראָס; דער צווייטער — 1,750 אייראָס, און דער דריטער — 1,000 אייראָס. מע וועט פֿאָרשטעלן די דרײַ פּיעסעס אויפֿן וועלטקאָנגרעס פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־אינסטיטוט‟ און מע וועט אפֿשר אויך אינסצענירן די פּיעסעס ווי אַ טייל פֿון אַ פּלאַנירטן אַלוועלטלעכן פֿעסטיוואַל לכּבֿוד שלום־עליכם. זעט נאָך פּרטים וועגן דעם דאָ.
פֿאַר וואָס האָט מען אָרגאַניזירט אַ פֿאַרמעסט געווידמעט די ווערק פֿון שלום־עליכם? דער „אינטערנאַציאָנאַלער טעאַטער־אינסטיטוט‟ גיט איבער, אַז כאָטש שלום־עליכמס ווערק זענען געקניפּט און געבונדן מיטן לעבן און קולטור פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, זענען די ווערטן וואָס ווערן אין זיי אויסגעדריקט אוניווערסאַלע. די ריכטער האָפֿן, אַז די נײַע שאַפֿונגען וועלן צופּאַסן די ווערק פֿון שלום־עליכם צו נײַע קולטורעלע קאָנטעקסטן, וואָס וועלן דורכן טעאַטער שילדערן די „בשותּפֿותדיקע פֿעדעם‟ וואָס פֿאַרבינדן מענטשן פֿון אַלע פֿעלקער און קולטורן.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
