מעלבורן: אַ ייִדיש־טאָג פֿאַר דער גאַנצער משפּחהMelbourne: A One-Day Yiddish Festival for the Whole Family
די כּלערליי אַקטיוויטעטן וועלן אַפּעלירן סײַ צו די ייִדיש־רעדער, סײַ צו מענטשן וואָס קענען בכלל נישט קיין ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַז דער מעלבורנער פֿרילינג גייט אַריבער אויף זומער, פֿירן די אָרטיקע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס תּמיד דורך אַ ריי פּראָגראַמען פֿאַרבונדן מיט מאַמע־לשון.
זונטיק, דעם 10טן נאָוועמבער, וועט די „קדימה־ביבליאָטעק‟, בשותּפֿות מיטן מעלבורנער „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟ און דער „שלום־עליכם־שול‟, אָנפֿירן מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישער קולטור פֿאַר דער גאַנצער משפּחה. די פּראָגראַם, וואָס ווערט געצילעוועט סײַ אויף ייִדיש־רעדנדיקע, סײַ אויף מענטשן וואָס קענען בכלל ניט קיין ייִדיש, וועט אַרײַננעמען אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר עלטערן, וואָס זייערע קינדער לערנען זיך אין דער „שלום־עליכם־שול‟ אָנגעפֿירט פֿון דבֿורה זילבערמאַן; אַן אַרײַנפֿיר צו דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע מיט רייזל זילבערמאַן; אַ האַנטווערק־וואַרשטאַט מיט פֿריידי מראָצקי און דניאל גאָלדבערג; דראַמע־קלאַסן און שפּילן פֿאַר קינדער; אַ וואַרשטאַט „ווי אײַנצוזײַערן אוגערקעס‟ מיט מיכאל גאַווענדאַ, און אַ געזאַנג־וואַרשטאַט מיט עטלעכע מיטגלידער פֿון דער קאַפּעליע „ייִד!‟.
די פּראָגראַם קומט פֿאָר פֿון 11 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 3 אַ זייגער נאָך מיטאָג בײַ דער „קדימה־ביבליאָטעק‟. דער אײַנטריט איז 20$ אַ מענטש און נעמט אַרײַן אַ כּשרע מאָלצײַט. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
זונטיק, דעם 1טן דעצעמבער, וועט מען בײַ דער „קדימה־ביבליאָטעק‟ מאַכן אַ סיום־הספֿר לכּבֿוד אַ נײַעם בוך פֿון דער מחברטע אַנע עפּשטײַן, וואָס גיט איבער ווי דער ייִדישער שרײַבער מלך ראַוויטש האָט באַזוכט דאַרווין, אויסטראַליע אין 1933, האָפֿנדיק צו געפֿינען דאָרטן אַ מקום־מיקלט פֿאַרן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ראַוויטשעס עקספּעדיציע און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די פֿאַרשידענאַרטיקע מענטשן דאָרטן, אַרײַנגערעכנט אַבאָריגינישע, האָט שפּעטער אינספּירירט זײַן זון, דעם מאָלער יאָסל בערגנער, צו באַזוכן די זעלביקע ערטער וואָס זײַן טאַטע האָט פֿאָטאָגראַפֿירט און זיי פֿאַראייביקן ווי מאָלערײַען. סײַ ראַוויטש, סײַ בערגנער, האָבן געזען ענלעכקייטן אינעם גורל פֿון די ייִדן און די אַבאָריגינישע אײַנווינער פֿונעם אָרטיקן ראַיאָן, עפּעס וואָס עפּשטײַן פֿאָרשט אויס ווײַטער אין איר בוך.
אין דער פּראָגראַם, וואָס הייבט זיך אָן 1 אַ זייגער נאָך מיטאָג, וועט עפּשטיין אַרומרעדן דאָס בוך, צוזאַמען מיטן ראַדיאָ־פּרעזענטירער רפֿאל עפּשטײַן. מע וועט אויך פֿאָרלייענען ראַוויטשעס לידער וועגן אויסטראַליע, ווײַזן אַ טייל פֿון בערגנערס מאָלערײַען פֿון דער „אַוטבעק‟־לאַנדשאַפֿט, און הערן אַ רעדע פֿון בערגנערס לאַנגיאָריקן פֿרײַנד משה לאַנג. דער אײַנטריט איז בחינם.
זונטיק, דעם 8טן דעצעמבער, וועט די ריזיקע־קאַפּעליע פֿון 22־מוזיקער, „ייִד!‟, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט צוזאַמען מיט דער נאָרוועגיש־פּוילישער זינגערין בענטע קאַהאַן, בײַם „הבונים־זאַל‟ אין עלסטערנוויק. דער אײַנטריט איז 50$ אָבער בלויז 30$ טאָמער וויל מען גיכער טאַנצן אַנשטאָט זיצן.
כּדי צו קויפֿן אַ בילעט, קוועטשט דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

