בײַ די סלאָנימער חסידים — מעלאַנכאָלישע ניגונים, ווייניק קבלהThe Slonim Hasidim – More Melancholy Melodies, Less Kabbalah
כאָטש ווײַסרוסישע ייִדן זענען ליטוואַקעס, בלײַבט ווײַסרוסלאַנד דאָס היימלאַנד פֿון אוניקאַלע חסידישע טראַדיציעס.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אייבערשטנס רוף צו אַבֿרהם אָבֿינו: לך לך, פֿאַרלאָז דײַן לאַנד און דײַן היים, און גיי אין אַן אַנדער לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. אַבֿרם — שפּעטער אין דער פּרשה האָט דער באַשעפֿער צוגעגעבן דעם אות „הא‟ צו זײַן נאָמען — האָט זיך געלאָזט אין וועג פֿון מעסאָפּאָטאַמיע קיין ארץ־ישׂראל.
בוכשטעבלעך, קאָן מען אָפּטײַטשן די ווערטער „לך לך‟ ווי „גיי צו זיך‟. די חסידישע צדיקים דערקלערן, אַז אין זײַן לעבן מוז יעדער מענטש זוכן זײַן רוחניותדיקע היים, זײַן אייגן הייליק לאַנד — לאַוו־דווקא ארץ־ישׂראל אינעם גשמיותדיקן זין. אין אונדזער פּרשה לייענען מיר, ווי די השגחה־פּרטית האָט געבראַכט אַבֿרמען אויף אַ ווײַל קיין מצרים; דאָס איז אויך געווען אַ טייל פֿון זײַן וועג צו זיך אַליין, צו זײַן שורש־נשמה. צוליב דער באַזונדערער קדושה איז אָבער ארץ־ישׂראל בכלל און ירושלים בפֿרט געווען במשך פֿון דורות אַ צענטראַל אָרט פֿון גײַסטיקע זוכענישן.
דער הײַנטיקער שבת, י״א חשוון, איז דער יאָרצײַט פֿון אַן אַנדער אַבֿרהמען, וועלכער האָט אויך פֿאַרלאָזט זײַן היימלאַנד און זיך געלאָזט אויף גאָטס באַראָט — נישט פֿון מעסאָפּאָטאַמיע, נאָר פֿון רײַסן, ווײַסרוסלאַנד. די רייד גייט דאָ וועגן רבי אַבֿרהם ווײַנבערג (1804-1883), דער גרינדער פֿונעם סלאָנימער חסידות.
הגם די ווײַסרוסישע ייִדן זענען ליטוואַקעס, האָבן געוויסע רײַסישע שטעטלעך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿונעם פֿריִיִקן חסידות. רבי אַבֿרהם קאַליסקער, אַ תּלמיד פֿונעם מעזשריטשער מגיד, האָט נישט מסכּים געווען מיט דער אָפֿענער קבלה־פּראָפּאַגאַנגע פֿון זײַן מיטצײַטלער, רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער שאַפֿער פֿונעם חב״ד־חסידות. דער קאַליסקער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל אין 1777, וווּ ער האָט שפּעטער געשאַפֿן אַ רײַסיש־שטאַמיקע חסידישע קהילה אין טבֿריה. אין דער היים האָט ער איבערגעלאָזט געראָטענע תּלמידים, וועלכע האָבן געגרינדעט אייגענע חסידישע דינאַסטיעס. רבי אַבֿרהם ווײַנבערג איז געווען זייערער אַ נאָכפֿאָלגער, אַ חסיד פֿון רבי נח לעכוויטשער און אַ תּלמיד פֿון רבי משה קאָברינער.
אין פֿאַרגלײַך מיט חב״ד, האָט דער ערשטער סלאָנימער רבי אויסגעאַרבעט אַן אַנדער דרך, ווייניקער דורכגעזאַפּט מיט קבלה און נעענטער צו דער טראַדיציאָנעלער ליטוויש־מתנגדישער ייִדישקייט. פֿון דעסט וועגן, פֿילט זיך אין זײַן ספֿר „חסד לאַבֿרהם‟ אַ שטאַרקער חסידישער גײַסט.
אַנשטאָט אויסצונוצן די שווערע טעכנישע קבלה־טערמינאָלאָגיע, וויקלט דער מחבר אײַן טיפֿע ענינים אין פּשוטע ווערטער, אָפֿט באַגלייט מיט באַלערנדיקע פּסיכאָלאָגישע באַמערקונגען און מוסר־דרשות. דער זעלבער גײַסט שפּירט זיך אויך אין זײַן ספֿר „יסוד העבֿודה‟. אַחוץ ספֿרי־חסידות, האָט רבי אַבֿרהם ווײַנבערג אָנגעשריבן זייער אַ פּרטימדיקן פּירוש אויף מכילתּא — גאָר אַ וויכטיקער אוראַלטער הלכה־מדרש פֿונעם 2טן יאָרהונדערט, וואָס ווערט שוין ציטירט אין גמרא.
באַזונדערס אינטערעסאַנט איז די סלאָנימער מוזיקאַלישע טראַדיציע. כּמעט אַלע ניגונים, זמירות און פּיוטים זינגט מען בײַ זיי זייער פּאַלעמעך, מיט אַ מעלאַנכאָלישן מינאָר־טאָן. אַזוי ווי אין די ליובאַוויטשער ניגונים, שפּירט זיך בײַ די סלאָנימער אַ בולטע השפּעה פֿון דער ווײַסרוסישער פֿאָלקסמוזיק.
פֿאַרן הײַנטיקן אונגעריש־גאַליציאַנער חסידישן עולם, צוגעוווינט צו די פֿריילעכע מאַרשן, כּמו־מערבֿדיקע וואַלס־מעלאָדיעס און מאָדערנע לעבעדיקע „היימישע‟ לידער, קלינגען אַזעלכע ניגונים אומגעוויינטלעך. נישט איינמאָל האָב איך געהערט די סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים טענהן, אַז דאָס סלאֶָנימער זינגען איז געפֿערלעך מרה־שחורהדיק. אין דער אמתן, שטימט אַזאַ סטיל מיטן מוסרדיקן דרך פֿון רבי אַבֿרהם ווײַנבערג. לויט זײַן שיטה, מוז אַ חסיד תּמיד אָפּגעבן דין־וחשבון פֿאַרן רבונו־של־עולם, זיך גריבלען אין זײַנע מידות און תּמיד שטרעבן זיי צו פֿאַרריכטן.
ביז לעצטנס האָט מען געקאָנט הערן די סלאָנימער ניגונים בלויז בײַם טיש פֿונעם רבין אַליין אין ירושלים אָדער בני־ברק. אין ארץ־ישׂראל זענען הײַנט פֿאַראַן צוויי פֿאַרשיידענע גרופּעס, דער „שוואַרצער‟ און דער „ווײַסער‟ סלאָנים. יעדע גרופּע האָט אַן אייגענעם מנהיג און קאָן באַטראַכט ווערן צוליב גרויסע חילוקים אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן ווי באַזונדערע מינים חסידות. ביידע זינגען אָבער אינעם זעלבן סטיל.
פֿאָרט, האָבן זיך במשך פֿון די לעצטע 20-30 יאָר באַוויזן אומאָפֿיציעלע קאַסעטן און קאָמפּאַקטלעך מיט סלאָנימער ניגונים — נישט אַלעמאָל רעקאָרדירטע און דערפֿאַר מיט אַן אויטענטישן טעם. די חסידים אַליין גלייבן אָבער ווײַטער, אַז זייער אוניקאַלע הייליקע זינגערײַ־ירושה טאָר מען נישט פֿאַרשפּרייטן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO