ייִדיש־„דואָלינגאָ‟ דיאַלעקטן־קשיא רופֿט אַרויס טיפֿן אינטערעסYiddish Duolingo Dialect Question A Subject of Great Interest
מער ווי 3,400 מענטשן האָבן שוין געשטימט וועגן דעם ענין און הונדערטער האָבן געשריבן אויף פֿייסבוק און טוויטער וועגן דעם. וואָס איז דער באַטײַט דערפֿון?
זעלטן ווען איז די ייִדישע דיאַלעקטאָלאָגיע די טעג אַ הייסע טעמע פֿאַר כּלל־ישׂראל (און אפֿשר ניט בלויז פֿאַר כּלל־ישׂראל) אויף פֿייסבוק און טוויטער. לעצטנס איז אָבער אויסגעבראָכן אַ מערקווערדיקע דעבאַטע, וואָס בײַם ערשטן בליק דאַכט זיך, אַז עס האַנדלט זיך אין ריין לינגוויסטישע און פּעדאָגאָגישע פֿראַגעס, אָבער איז באמת, איבערהויפּט, אַן ענין פֿון אידענטיטעט.
עס גייט די רייד וועגן דער פּאָפּולערער וועבזײַט „דואָלינגאָ‟, דורך וועלכער מער ווי 300 מיליאָן מענטשן לערנען זיך שפּראַכן מיט דער הילף פֿון קלאַנג־רעקאָרדירונגען און שפּילערײַען, וואָס זענען זייער ענלעך צו ווידעאָ־שפּילן. „דואָלינגאָ‟ איז ניט בלויז פּאָפּולער בײַ די וואָס ווילן זיך לערנען די וועלטשפּראַכן ווי ענגליש, שפּאַניש, צי כינעזיש, נאָר אויך בײַ די וואָס ווילן זיך לערנען שפּראַכן פֿון קלענערע פֿעלקער אַזוי ווי וועלשיש, איריש און האַווײַיִש. אַזוי פֿיל מענטשן באַקענען זיך מיט וועלשיש און איריש דורך „דואָלינגאָ‟, אַז עס האָט ממש געביטן דאָס פּנים פֿונעם דורכשניטלעכן סטודענט פֿון אָט די שפּראַכן; דאָס הייסט, מענטשן פֿון כּלערליי הינטערגרונטן לערנען זיך איצט די לשונות. שוין לאַנג האַלט איך, אַז אַ „דואָלינגאָ‟־קורס וואָלט געקענט צוציִען אַ סך סטודענטן צו ייִדיש און זיי געבן אַ וויכטיקן אַרײַנפֿיר צו דער שפּראַך, וואָס וואָלט אַ סך פֿון זיי אינפּסירירט זיך ווײַטער צו לערנען מאַמע־לשון.
דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט אויך פֿאַרשטאַנען די גרויסע מעגלעכקייטן פֿון אַ ייִדישן „דואָלינגאָ‟־קורס. האָט ער מיט פֿיר יאָר צוריק לאַנצירט דעם פּראָיעקט צונויפֿצושטעלן דעם קורס אין צוזאַמענהאַנג מיט זײַן פּרוּוו צו שאַפֿן אַ נײַעם לערן־מעטאָד פֿאַר ייִדיש, „אין איינעם‟. צוליב דעם וואָס די „דואָלינגאָ‟־קורסן ווערן געפֿירט דורך וואָלונטירן, האָט מען פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע פֿרײַוויליקע, וואָס זאָלן צוזאַמענשטעלן דעם קורס. לעצטנס האָט דער ייִדישער ביכער־צענטער איבערגעגעבן די לייצעס אָט די וואָלונטירן, וואָס נעמען אַרײַן סײַ געוועזענע חסידים, סײַ ייִדישיסטן וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים.
די מיטאַרבעטער פֿון דער פּראָגראַם צו שאַפֿן דעם ייִדישן „דואָלינגאָ‟־קורס זענען אַלע מסכּים, אַז מע זאָל נאָכפֿאָלגן די שרײַב־תּקנות, גראַמאַטיק און לעקסיקאָן פֿון כּלל־ייִדיש, נאָר זיי האָבן ניט געקענט אַליין באַשליסן, אויף וועלכן דיאַלעקט מע זאָל אַרויסרעדן די ווערטער. טייל מיטאַרבעטער האַלטן, אַז מע זאָל נוצן דעם חסידיש־ייִדישן אַרויסרייד, ווײַל דאָס איז הײַנט דער הויפּט־דיאַלעקט פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. אַנדערע שטיצן דעם כּלל־ייִדישן אַרויסרייד, ווײַל ער איז פֿאָנעטיש אויסגעהאַלטן, און דערפֿאַר איז ער גרינגער פֿאַר אַ סטודענט זיך צו לערנען שרײַבן ייִדיש. (דער כּלל־ייִדישער אַרויסרייד שטימט אויך מיט כּמעט אַלע אַנדערע לערנביכער און מעטאָדן, וואָס סטודענטן וואָלטן ווײַטער גענוצט נאָכן פֿאַרענדיקן מיט „דואָלינגאָ‟). נאָך אַנדערע האַלטן, אַז ס׳איז אפֿשר כּדאַי צו מאַכן אַ קאָמפּראָמיס און לערנען דאָס „בינע־לשון‟ פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער — וואָלינער ייִדיש.
האָט מען געשאַפֿן אַן אָנלײַן־אַנקעטע, כּדי צו הערן וואָס טראַכט עמך, און ס׳איז באַלד אַרויסגעוואַקסן אַ הייסע דעבאַטע אַרום דער קשיא. אויף פֿייסבוק און טוויטער זעט מען די טעג ממש הונדערטער קאָמענטאַרן און פּאָסטן וועגן דעם ענין און לאַנגע דיסקוסיעס וועגן די מעלות און חסרונות פֿון די דרײַ ברירות, ווי אויך פּראָטעסטן מצד פּאַטריאָטן פֿונעם ליטווישן ייִדיש וואָס פֿילן זיך געטראָפֿן, וואָס מע האָט, נעבעך, ניט געגעבן זייער הבֿרה ווי אַ ברירה.
כאָטש די דעבאַטע איז, ווי דערמאָנט, אַ פֿלאַקערדיקע, איז זי אויך אַ גוטמוטיקע. מע האָט שוין געשאַפֿן עטלעכע „מימס‟ וועגן דעם ענין און אַ ריי געראָטענע וויצן. (איין בײַשפּיל: מע ווייסט אויף זיכער אַז עס גייט סענאַטאָר בערני סאַנדערס ווייניק אָן זײַנע ייִדישע וואָרצלען, ווײַל זײַן קאַמפּאַניע האָט נאָך ניט אויסגעזאָגט, צי ער שטיצט דעם כּלל־ייִדישן, צי דעם חסידישן אַרויסרייד!).
מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, וואָס נעמט אָנטייל אינעם „דואָלינגאָ‟־פּראָיעקט, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ביז מאָנטיק דעם 11טן נאָוועמבער בײַנאַכט האָבן מער ווי 3,400 מענטשן שוין געשטימט אויף דער פֿראַגע.
וועלכער אַרויסרייד מע זאָל ניט אויסקלײַבן, קען מען פֿון דער דעבאַטע אַרויסדרינגען עטלעכע וויכטיקע מסקנות. קודם איז קלאָר, אַז ס׳איז דאָ אַ ריזיקער עולם וועמען עס גייט טאַקע אָן אַזאַ פֿראַגע, אַרײַנגערעכנט אַ סך מענטשן וואָס זאָגן, אַז זיי פּלאַנירן צו נעמען דעם קורס.
צווייטנס, איז דער ענין, ווי דערמאָנט, ניט בלויז וועגן פּעדאָגאָגיק צי דיאַלעקטאָלאָגיע, נאָר אויך, דער עיקר, וועגן אידענטיטעט. די הויפּטפֿראַגע איז: פֿאַר וואָס לערנט מען זיך הײַנט ייִדיש? כּדי צו רעדן מיט חסידים? כּדי צו לייענען (מערסטנס) אַלטע ביכער? צי פֿאַר גאָר אַן אַנדער צוועק? פֿאַרבונדן מיט דער פֿראַגע איז נאָך אַ קשיא: צו וועמען געהערט הײַנט ייִדיש? צי איז זי אַ שפּראַך בלויז פֿון די וואָס רעדן זי טאָגטעגלעך, צי אויך פֿון סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן, איבערזעצער און קינסטלער?
די אָנפֿירער פֿונעם פּראָיעקט ווילן שאַפֿן אַ קורס, וואָס וועט צו נוץ קומען אַלע אויבן־דערמאָנטע גרופּעס און צילן. די פֿראַגע איז, ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער?
אַזוי ווי מיט הונדערט יאָר צוריק, ווען עס האָט זיך אַנטוויקלט כּלל־ייִדיש, וועט דער לעצט־גילטיקער באַשלוס מוזן זײַן אַ מין פּשרה. די כּלל־שפּראַך אַליין איז דאָך אַ געמיש פֿון עלעמענטן פֿון פֿאַרשידענע דיאַלעקטן — אַ כּמו־ליטווישן אַרויסרייד צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דער גראַמאַטיק פֿון די דרומדיקע דיאַלעקטן. דער געדאַנק צו שאַפֿן אַ נײַעם „דואָלינגאָ‟־נוסח פֿון כּלל־ייִדיש וואָלט געווען נאָך אַ קאָמפּראָמיס — מסתּמא אַ „היימישער‟ אונגערישער אַרויסרייד מיט דער גראַמאַטיק און וואָקאַבולאַר פֿונעם כּלל־ייִדיש, וואָס מע לערנט אין די אוניווערסיטעטן און זומער־פּראָגראַמען.
ס׳איז טאַקע דאָ אַ פּרעצעדענט פֿאַר אַזאַ שריט. בײַ אַראַביש זענען די אונטערשיידן צווישן די דיאַלעקטן אַ סך גרעסער ווי די אונטערשיידן צווישן די ייִדישע דיאַלעקטן; פֿאַקטיש זענען אַ ריי פֿון די אַראַבישע דיאַלעקטן באַזונדערע שפּראַכן פֿאַר זיך — אַזוי אַנדערש איינער פֿונעם צווייטן ווי איטאַלעניש אַנטקעגן שפּאַניש. כּדי צו פֿאַראייניקן די אַראַביש־רעדנדיקע לענדער האָט מען אויסגעטראַכט אַ מין „כּלל־אַראַביש‟ באַזירט אויף דער גראַמאַטיק פֿונעם קאָראַן; מיט אַנדערע ווערטער — אַ „מאָדערנער סטאַנדאַרדיזירטער אַראַביש‟, וואָס קיינער רעדט ניט אין דער היים, אָבער וואָס צענדליקער מיליאָנען מענטשן לערנען זיך אין די שולן. צוליב דעם וואָס אַ סך מענטשן האַלטן אָבער אָט דעם דיאַלעקט פֿאַר אַלט־פֿרענקיש און געקינצלט, האָבן די שאַפֿער פֿונעם אַראַבישן „דואָלינגאָ‟־קורס באַשלאָסן צו ענדערן אַ ביסל דעם „כּלל־אַראַביש‟, ער זאָל מער שטימען מיט דער גערעדטער פֿאָלקסשפּראַך און דעריבער זײַן מער פֿאַרשטענדלעך פֿאַרן אַראַבער פֿון אַ גאַנץ יאָר.
איז, וואָס זאָל מען טאַקע טאָן מיטן ייִדישן „דואָלינגאָ‟? לויט מײַן באַשיידענער מיינונג וואָלט די בעסטע ברירה געווען זיך צו באַנוצן מיטן כּלל־ייִדישן אַרויסרייד פֿאַרן הויפּט־קול פֿונעם קורס אָבער אויך צו באַקענען די סטודענטן אויף אַזוי ווײַט ווי מעגלעך מיט אַנדערע הבֿרות און דיאַלעקטן, סײַ פֿונעם ייִדיש וואָס מע האָט גערעדט אין דער אַלטער היים, סײַ מיט די דיאַלעקטן, וואָס מע רעדט הײַנט אין די חסידישע קרײַזן פֿון וויליאַמסבורג, אַנטווערפּן און ישׂראל (זיי זענען אויך, פֿאַרשטייט זיך, ווײַט ניט איינשטימיק). צי מע קען דאָס טעכניש פֿאַרווירקלעכן אויף דער „דואָלינגאָ‟־וועבזײַט בלײַבט אָבער דערווײַל אומקלאָר.
אַזוי צי אַזוי לאָמיר האָפֿן אַז דער „דואָלינגאָ‟־קורס וועט זײַן גרייט אין גיכן און אַז די וואָס באַנוצן זיך מיט אים וועלן פֿון דעם באַקומען חשק זיך בעסער צו באַקענען מיט די פֿאַרשידנאַרטיקע דיאַלעקטן פֿון מאַמע־לשון.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor