מאָנטרעאָל: אַן אָוונט לכּבֿוד די אוצרות פֿון אַ זעלטענער ייִדישער קאָלעקציעMontreal: Exploring the Treasures of a Remarkable Yiddish Collection
אַ קליידונג־אַרבעטער האָט געזאַמלט 2,300 ייִדישע ווערק און געשאַפֿן שיינע הילעס פֿאַר זיי.

Graphic by Angelie Zaslavsky
במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט דזשאָו פֿײַנשטיין, אַ ייִדישער אימיגראַנט וואָס האָט זיך באַזעצט אין בראָנקס, געזאַמלט אַ ריזיקע ביבליאָטעק פֿון זעלטענע ייִדישע ביכער. כּדי זיי צו באַשיצן האָט פֿײַנשטיין, אַ טעקסטיל־אַרבעטער און שנײַדער בײַם פֿאַך, געשאַפֿן פֿאַר זיי אוניקאַלע טאָוולען, וואָס ער האָט אַליין געשטריקט, געפּרעסט און גענייט. נאָך זײַן פּטירה האָט מען געשאָנקען די ביבליאָטעק דעם „מאַקגיל־אוניווערסיטעט‟ אין מאָנטרעאָל, וווּ די 2,300 בענדער געפֿינען זיך עד־היום.
דאָרטן, בײַם „מאַקגיל־אוניווערסיטעט‟, אָרדנט מען מיטוואָך דעם 20סטן נאָוועמבער אײַנאָרדענען אַ פּראָגראַם וועגן אָט דער זאַמלונג און דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון מאָנטרעאָל. עס וועלן אָנטייל נעמען זכריה שולמאַן, דער דירעקטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע‟ און אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש, עספּעראַנטאָ און רוסיש אויף ענגליש, און אסתּר פֿרענק (מאַקגיל־אוניווערסיטעט), וואָס זעצט איבער און פֿאָרשט די ווערק פֿון קאַנאַדער ייִדישע פּאָעטן בכלל און רחל קאָרן בפֿרט. די צוויי איבערזעצער פֿון ייִדיש וועלן דיסקוטירן מיטן אַרגענטינער־קאַנאַדער שרײַבער אַלבערטאָ מאַנגועל די ייִדישע ליטעראַטור, וואָס עס ווערט פֿון זי פֿאַרלוירן אַז מע זעצט איבער אַ דערציילונג צי ליד, און די אוצרות פֿון דזשאָו פֿײַנשטיינס ביבליאָטעק.
די פּראָגראַם קומט פֿאָר 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג אינעם בנין פֿון זעלטענע ביכער אויף דער „מיקטאַוויש־גאַס‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
