דערציילונג: קיין ארץ־ישׂראלShort Story: To the Land of Israel
אַ בעל־חלומות פֿאָרט סוף־כּל־סוף אינעם ארץ־הקודש, און איז דערשטוינט מיט דעם וואָס ער אַנטדעקט דאָרט.
ס׳זײַנען פֿאַראַן מענטשן, װאָס אױף זײער פּנים ליגט דער שטעמפּל פֿון זײער גורל. אַזאַ ייִד איז געװען משה בלעכער. ערשטנס, האָט ער אױסגעזען אַן ארץ־ישׂראל־ייִד, אַ תּימנער, אָדער עמעץ װאָס קומט פֿון שושן־הבירה. זײַן פּנים איז געװען טונקל, אָפּגעברענט, צעקנײטשט און געלבלעך, װי פֿון אַ טראָפּישער זון װאָס האָט געשײַנט דערױף זינט אוראַלטע צײַטן… צװײטנס, איז געװען אין זײַנע אױגן אַ פֿאַרחלומטקײט אַזאַ, װאָס מ׳זעט גאָרנישט אין די היגע מקומות. ס׳האָט זיך געדוכט, אַז די אױגן זײַנע זעען זאַכן פֿאַרהױלענע, װײַטע און אפֿשר אױך פֿאַרגאַנגענע, אָדער קומענדיקע.
משה בלעכער האָט געקאָנט אין די קלײנע אותיות, און ער האָט מיט מײַן פֿאָטער אַלע מאָל געשמועסט װעגן אײן זאַך: װעגן משיחס קומען. ער איז געװען גענישט אין אַלע פּסוקים װאָס האָבן צו טאָן דערמיט, אין אַלע גמראס און מדרשים, װוּ דער קץ־משיח װערט דערמאָנט. באַזונדער האָט ער געהאַט אַ נײַגער צו די פֿאַרהױלענע פּסוקים אין דניאל. ער האָט אַלע מאָל זיך געגריבלט דערװעגן און דערבײַ זײַנען די פֿאַרחלומטע אױגן זײַנע געװאָרן נאָך פֿאַרחלומטער.
אָפֿט האָב איך געזען משה בלעכער אױף אַ דאַך. די דעכער אין װאַרשע זײַנען קרומע און געפֿערלעכע. אָבער משה בלעכער איז געגאַנגען איבער זײ מיט דער געשיקטקײט פֿון אַ נאַכט־װאַנדלער. אַ פּחד פֿלעגט מיך באַפֿאַלן װען איך האָב אים געזען שפּאַנען איבער אַ תּהום אױסגעפֿלאַסטערט מיט גראָבע שטײנער. פֿון דער הײך האָט משה בלעכער אױסגעקוקט אין מײַנע אױגן װי אַ מענטש מיט אױסערגעװײנטלעכע כּוחות, געװױנט צו נסים. נישט אונטערגעװאָרפֿן די ערדישע געזעצן. אין מיטן האָט ער זיך אָפּגעשטעלט, פֿאַרהױבן דעם קאָפּ צום הימל און געקוקט אין די הױכענישן, אַ שטײגער װי ער װאָלט זיך געריכט אַז יעדע מינוט זאָל אַראָפּפֿליִען צו אים אַ מלאך אָדער אַ שׂרף מיט אַ בשׂורה פֿון אױסלײזונג.
טײל מאָל פֿלעגט ער שטעלן דעם טאַטן האַרבע קשיות. ער האָט געפֿונען װידערשפּרוכן אין די מאמרי־חז״ל. ער האָט געװאָלט װיסן װי לאַנג ס׳װעט דױערן פֿון משיח בן־יוספֿס געהרגעט װערן ביז דעם קומען פֿון משיח בן־דוד. ער האָט גערעדט װעגן דעם שופֿר של משיח, װעגן דעם אײזל װאָס משיח װעט דערױף רײַטן און װי אַזױ משיח זיצט בײַ די טױערן פֿון רױם און בינדט אױף און בינדט צו די װוּנדן.
גרױס תּרעומות האָט ער געהאַט אױף דעם אַמורא ר׳ הלל, װאָס האָט געזאָגט, אַז משיח װעט נישט קומען צו ייִדן, װײַל זײ האָבן אים שױן אױפֿגעגעסן אין דער צײַט חזקיהו. װי אַזױ קאָן אַ צדיק זאָגן אַזאַ זאַך? און װאָס מײנט די משנה מיט דעם זאָג, אַז צװישן דער איצטיקער צײַט און משיחס קומען איז בלױז אַן אונטערשײד אין האָבן אַן אײגענע מלוכה? שױן זשע איז דאָס אַלץ? װי לאַנג, אַ שטײגער, װעט דױערן פֿון משיחס קומען ביז תּחית־המתים? און װען װעט אַראָפּנידערן דאָס פֿײַערדיקע בית־מיקדש פֿון הימל? װען? װען?
משה בלעכער האָט געװױנט אין אַ קעלער־שטוב, אָבער עס איז דאָרט געװען רײן און ציכטיק. אַ נאַפֿטלאָמפּ האָט דאָרט אַלע מאָל געברענט. די בעטן זײַנען געװען פֿאַרבעט. ס׳האָבן זיך נישט געװאַלגערט קײן שמאַטעס װי אין אַנדערע קעלער־שטובן. בײַ דער װאַנט איז געשטאַנען אַ שענקל מיט ספֿרים. איך פֿלעג דאָרט אַרײַנקומען, װײַל משה בלעכער האָט געלײענט די ייִדישע צײַטונגען און ס׳איז אַ מאָל אױסגעקומען צו באָרגן בײַ אים אַ צײַטונג. ער איז געזעסן בײַם טיש מיט שפּאַקולן איבער דער נאָז, און דאָרט, אין די צײַטונגען, האָט ער אױך גאָר געזוכט די נײַעסן פֿון ארץ־ישׂראל און פֿון יענע לענדער, װוּ ס׳װעט צו שטאַנד קומען די מלחמה פֿון גוג־ומגוג און גאָט װעט װאַרפֿן שטײנער פֿון הימל; יענע געגנטן װוּ ס׳געפֿינט זיך דער גן־עדן און דער טײַך סמבטיון מיט זײַנע פֿאַרלױרענע צען שבֿטים און ער האָט נישט אײן מאָל זיך אַרױסגעכאַפּט, אַז װען ער קען באַזאָרגן די משפּחה, װאָלט ער זיך געלאָזט זוכן די פֿאַרװאָרפֿענע ברידער אונדזערע.
מיט אַ מאָל האָט זיך פֿאַרשפּרײט אַ נײַעס: משה בלעכער פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל, נישט אַלײן, נאָר מיט דער גאַנצער משפּחה. זײַן משפּחה געדענק איך נישט גענױ. עס ליגט מיר אין זין אַז ער האָט געהאַט אַ דערװאַקסענעם בחור, אָדער אפֿשר צװײ. משה בלעכערס פֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל איז נישט געװען עפּעס קײן קאַפּריז, נאָר איז געלעגן ממש אין זײַן גאַנצן יש. מען האָט זיך נאָר געװוּנדערט פֿאַרװאָס ער האָט עס נישט געטאָן ביז איצט…
איך געדענק נישט אַלץ. איך דערמאָן זיך בלױז אָפּגעריסענע פּרטים, װײַל איך בין נאָך דעמאָלט געװען גאָר אַ קינד. מענטשן האָבן געהאַלטן אין אײן קומען צום בלעכער אין קעלער־שטוב. מען האָט אים מיטגעגעבן קװיטלעך, ער זאָל אַװעקלײגן בײַ דער כּותל־מערבֿי, בײַ דער מוטער רחלס קבֿר, אָדער גאָר בײַ דער מערת־המכפּלה. אַלטע לײַט האָבן געבעטן, ער זאָל זײ שיקן זעקעלעך ארץ־ישׂראל־ערד. משה בלעכער איז אַרומגעגאַנגען אַן אױפֿגערױמטער און די אױגן זײַנע זײַנען געװאָרן עפּעס אַזױנע פֿאַרבענקטע, פֿאַרגאַפֿטע, פֿול מיט אַ גליקזעליקײט נישט פֿון דער װעלט.
און אין אײנעם אַ פֿאַרנאַכט איז צוגעפֿאָרן צו אונדזער הױף אַ ריזיקער װאָגן אַזאַ, ענלעך צו אַן אָמניבוס. איך קען ביז הײַנט נישט אױסרעכענען פֿאַרװאָס משה בלעכער האָט באַשטעלט אַזאַ װאָגן. אפֿשר האָט ער מיטגענומען דאָס מעבל? די קראָכמאַלנע־גאַס איז געװאָרן שװאַרץ. אַלע זײַנען געקומען זיך געזעגענען. מען האָט זיך געקושט, מען האָט געװײנט, מען האָט זיך געװוּנטשן משיח זאָל שױן קומען און ס׳זאָל נעמען אַן עק צום גלות. משה בלעכערס נסיעה האָט אַ שמעק געטאָן מיט דער גאולה, אַ שטײגער װי משה בלעכער װאָלט געװען אַ סאָרט פֿאָרפּאָסטן, אַ בשׂורה־אָנזאָגער. װי באַלד ער פֿאָרט אַהין מיט װײַב און קינדער, איז אַ סימן אַז דער קץ־משיח איז שױן נאָענט, נאָענט…
* * *
ס׳זײַנען אַװעק חדשים. מיט אַ מאָל האָב איך געהערט אַ טרױעריקע בשׂורה. אַ בריװ איז אָנגעקומען צום טאַטן, און אין בריװ איז געשטאַנען אַז ער, משה בלעכער, קען נישט געפֿינען קײן אַרבעט אין הײליקן לאַנד. ער לײַדט נױט, הונגער. אין משך פֿון װאָכן האָט ער און די משפּחה נישט געגעסן עפּעס אַנדערש װי רײַז מיט װאַסער. אַ טרױער האָט אָנגעכאַפּט אונדזער גאַנצע משפּחה. װײַל אַלע האָבן ליב געהאַט משה בלעכער און אַלע האָבן געהאָפֿט דערױף, אַז ער װעט דאָרט בלײַבן װױנען און ביסלעכװײַז אַראָפּנעמען אַלע ייִדן פֿון דער קראָכמאַלנע־גאַס, װאָרעם משה בלעכער איז אױף אַ משונהדיקן אופֿן געװען אַלעמענס קרובֿ.
ס׳איז גראָד געװען פֿאַר יום־כּיפּור. יום־כּיפּור האָט מען בײַ אונדז געדאַװנט. ערבֿ־יום־כּיפּור צו מינחה האָט מען אַװעקגעשטעלט בײַ אונדז קערות, טעלערס, װוּ יעדער האָט אַרײַנגעװאָרפֿן מטבעות פֿאַר אַלערלײ צדקות: ביקור־חולים, לינת־הצדק, הכנסת־כּלה. דער טאַטע האָט אַװעקגעשטעלט אַ טעלער און אױף אים אַרױפֿגעלײגט אַ בלעטל פּאַפּיר מיט געכּתיהבֿטע אותיות: פֿאַר ר׳ משה בלעכער. אונטן איז געלעגן דער בריװ װאָס דער ייִד האָט געשריבן צום טאַטן.
די ייִדן און ייִדענעס װאָס האָבן בײַ אונדז געדאַװנט האָבן זיך נישט געװאָרפֿן מיט קײן געלט. אַ פֿירער, אַ זעקסער, אַ צענער איז געװען אַ מטבע. אָבער דער דאָזיקער טעלער האָט אין זיך געהאַט אַ צױבער. מען האָט אַרײַנגעװאָרפֿן פֿערציקערס, פֿופֿציקערס, האַלבע רובלס, רובלס. עמעץ האָט אַרײַנגעלײגט אַ פּאַפּירן דרײַער־קערבל. די נײַעס אַז משה בלעכער עסט מיט זײַן משפּחה רײַז מיט װאַסער האָט אין אַלעמען אַרױסגערופֿן אַן אומעט. ס׳איז געװען װי אַ סימן אַז די גאולה פֿאַרזױמט זיך.
נאָך יום־כּיפּור האָט דער טאַטע אַװעקגעשיקט דאָס געלט צו משה בלעכער. מען האָט געקענט דערפֿאַר קױפֿן אַ סך רײַז און אַ סך װאַסער (װײַל װאַסער האָט מען דעמאָלט אױך געמוזט קױפֿן פֿאַר געלט אין דעם הײליקן לאַנד). אָבער ס׳זעט אױס, אַז ער האָט בשום־אופֿן זיך נישט געקאָנט אײַנאָרדענען, אָדער אפֿשר האָט משה בלעכער, דער בעל־חלומות, נישט געקאָנט זיך צוגעװױנען צו דעם געדאַנק, אַז ער דרײט זיך טאַקע אַרום אין דער ארץ־קדושה? אפֿשר איז דער חלום געװען זיסער פֿאַר אים װי די װאָר? אפֿשר האָט ער נישט געקאָנט מאַכן קײן שלום דערמיט װאָס איבער גאָטס ערד האָבן געהערשט טערקן? אָדער אפֿשר האָט ער געהאַט טענות צו די קאָלאָניסטן די אַפּיקורסים, װאָס האָבן אין ארץ־ישׂראל געגאָלט די בערד און נישט געהאַלטן די תּורה? אַ שמועה האָט זיך פֿאַרשפּרײט, אַז משה בלעכער קומט צוריק.
דערנאָך איז משה בלעכער צוריקגעקומען. ער האָט אױסגעזען אָפּגעברענטער, געלער, געהאַט מער גרױע האָר אין דעם בערדל, און אין די אױגן זײַנע האָט געלױכטן עפּעס אַזאַ שײַן, װאָס מען קען זי גאָרנישט שילדערן מיט קײן װערטער. אַזױ דאַרף אױסזען אַ מענטש װאָס איז געשטאָרבן, שױן איבערגעקומען דאָס גיהנום, שױן גערוט אין גן־עדן, אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה האָט מען אים געהײסן זיך אומקערן אױף דער ערד.
ער איז געקומען צו אונדז. דער טאַטע האָט אים שעהען לאַנג אױסגעפֿרעגט. ער האָט אױף אַלץ געענטפֿערט. ער איז אומעטום געװען. אָבער גענױ פֿאַרװאָס ער איז צוריק-געקומען האָט מען עפּעס נישט געקאָנט דערגײן. עפּעס האָט דער ייִד באַהאַלטן.
איך האָב װידער געזען משה בלעכער אַרומגײן אױף די דעכער. ער האָט זיך אַלץ אָפֿטער אָפּגעשטעלט. ער האָט ערגעץ געקוקט, עפּעס געזוכט אין די הױכענישן װוּ ער האָט געקלעטערט. ער איז װידער געקומען צום טאַטן שמועסן און פֿרעגן קשיות אױף פּסוקים. ער האָט געהאַט מיטגעבראַכט פֿון ארץ־ישׂראל אַ זעקל קרײַדיק זאַמד, אַ סך שטײנדעלעך, איבערבלײַבענישן פֿון פֿאַרצײַטיקע חורבֿות און פֿון מצבֿות אױף הײליקע קבֿרים. יעדעס מאָל װאָס עמעץ איז געשטאָרבן, איז מען געקומען צו משה בלעכער, און ער האָט געגעבן אומזיסט ארץ־ישׂראל־ערד. מען האָט אים געװאָלט באַצאָלן, אָבער ער האָט נישט געװאָלט האַנדלען מיט קײן הײליקע חפֿצים, מיט הקדש.
* * *
ס׳איז מעגלעך, אַז איך מאַך טעותים אין מײַן דערצײלן. אָבער אױף װי װײַט איך געדענק איז געשען אַזױ: משה בלעכער האָט חתונה געמאַכט די קינדער. ער איז גע-בליבן בלױז מיטן װײַב. ער האָט שױן געדאַרפֿט װײניקער אַרבעטן. ער איז אַלץ אָפֿטער געזעסן אין שטיבל און גענישטערט אין ספֿרים. עס זעט אױס, אַז פֿריִער, װען משה בלע-כער איז געפֿאָרן קײן ארץ־ישׂראל, איז ער געװען אַ שׂונא פֿון די ציוניסטן, װאָס האָבן געפּרוּװט פֿאַרװאַנדלען זײַן חלום אין ממשות. משה בלעכער האָט געװאָלט משיחן און נאָר משיחן. אָבער נאָך אַ צײַט האָט ער זיך אָנגעהױבן דערנענטערן צום ציוניסטישן געדאַנק. נו, און אַז משיח װיל נישט קומען, מוזן טאַקע ייִדן װאַרטן אָן אַ סוף? אפֿשר װיל גאָט אַז ייִדן זאָלן ברענגען משיחן מיט כּוח? אפֿשר דאַרפֿן ייִדן פֿריִער זיך דאָרט באַזעצן און דערנאָך װעט קומען צו זײ דער גואל־צדק? איך געדענק, אַז ער האָט אָנגעהױבן פֿירן װיכּוחים מיטן טאַטן, זיך אַמפּערן. מײַן פֿאָטער האָט געהאַלטן, אַז די ציוניסטן זענען אַפּיקורסים, רשעים און ווילן מטמא זײַן ארץ־ישׂראל, אָבער משה בלעכער האָט געטענהט:
— און אפֿשר איז אַזױ באַשערט? אפֿשר זײַנען זײ משיח בן־יוסף? אפֿשר װעלן זײ תּשובֿה טאָן און װערן ייִדן? װער קען װיסן װאָס מ׳װיל אין הימל?
— אײדער מ׳פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל, דאַרף מען זײַן אַ ייִד! — האָט דער טאַטע געפּסקנט.
— װאָס זײַנען זײ? גױים? זײ זײַנען זיך מקריבֿ פֿאַר ייִדן. זײ טריקענען זומפּן און װערן נעבעך קראַנק. זײ זײַנען זיך מוסר־נפֿש. איז דאָס אַ קלײניקײט?
— אם ה׳ לא יבֿנה בית, שוא עמלו בוניו בו, אױב גאָט װעט נישט בױען דאָס בית־המיקדש, מיִען זיך אומזיסט די בױער.
— דאָס ערשטע בית־המיקדש האָבן אױך געבױט מענטשן, נישט מלאכים. שלמה המלך האָט געשיקט צו חירם מלך־צור און ער האָט צוגעשטעלט טענענבײמער און קנעכט.
די װיכּוחים זײַנען געװאָרן אַלץ לענגער. דער טאַטע האָט גענומען רעדן, אַז משה בלעכער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דער נעץ פֿון די ציוניסטן. אַװדאי איז ער נאָך אַ כּשרער ייִד, אָבער עפּעס האָט זיך אים איבערגעקערט אין מוח. ער האָט אַפֿילו געפֿונען אַ זכות אױף דאָקטאָר הערצל. נאָך אַ װײַל האָבן די װיכּוחים אױפֿגעהערט. משה בלעכער האָט זיך אַרומגעדרײט אַ פֿאַרװירטער, אַ נישט־דאָיִקער. ער האָט אָנגעהױבן רעדן נישט בלױז מיט דערװאַקסענע, נאָר מיט ייִנגלעך. ער איז געזעסן אין שטיבל און ייִנגלעך האָבן אים אױסגעפֿרעגט:
— איז דאָס אמת, אַז די שטערן אין ארץ־ישראל זײַנען אַזױ גרױס װי די פֿלױמען?
— אמת, קינדער, אמת.
— איז דאָס אמת, אַז בײַם ים־המלח שטײט נאָך לוטס װײַב און די אָקסן לעקן זי, װײַל זײ האָבן ליב זאַלץ?
— כ׳האָב ערגעץ געהערט דערפֿון.
— הערט מען װי די מוטער רחל װײנט אױף די קינדער?
— איך האָב נישט געהערט. אָבער אַ צדיק קאָן אפֿשר הערן.
— ר׳ משה, אין ארץ־ישׂראל עסט מען אױך ברױט?
— אַז ס׳איז דאָ, עסט מען.
ס׳האָט זיך אָנגעהױבן אױסדוכטן, אַז משה בלעכער װערט עפּעס װי פֿאַרנאַרישט. אָבער ס׳איז אַלץ געװען פֿון בענקשאַפֿט, װײַל מיט אַ מאָל האָט משה בלעכער זיך אומגעקערט קײן ארץ־ישׂראל.
דאָס מאָל איז נישט געקומען דער גרױסער װאָגן, מען האָט זיך נישט געקושט אין גאַס, נישט מיטגעגעבן קײן קװיטלעך. משה בלעכער איז עפּעס װי פֿאַרשװוּנדן, און װען מען האָט זיך נאָך אַ צײַט אַרומגעזען, אַז ער איז נישטאָ און מען האָט געפֿרעגט װוּ ער איז אַהינגעקומען, האָט מען זיך דערװוּסט, אַז ער האָט מער נישט געקאָנט אױסהאַלטן דאָס גאַרעניש און איז צוריק אַװעק אין לאַנד פֿון די אָבֿות, װוּ ס׳װאַקסן פֿײַגן, טײטלען, מאַנדלען, און ציגן עסן באָקסער; אין דער מדינה, װוּ הײַנטיק־װעלטישע יונגע־לײַט גרינדן קאָלאָניעס, פֿלאַנצן װעלדער און רעדן אין מיטן דער װאָך לשון־קודש…
יאָרן זײַנען אַריבער און מען האָט פֿון משה בלעכער נישט געהערט. איך האָב לאַנג װעגן אים געטראַכט. עסט ער װידער רײַז מיט װאַסער? האָט ער זיך אױסגעזוכט עפּעס אַ פּרנסה? אָדער אפֿשר איז ער אַװעק זוכן די רױטע ייִדעלעך פֿון יענער זײַט סמבטיון? אױף אַזאַ ייִד װי משה בלעכער האָט מען זיך אַלץ געקאָנט גלײבן. עפּעס אַ באַהאַלטענער כּוח האָט דעם ייִד געבונדן צו ארץ־ישׂראל. ארץ־ישׂראל איז אים ממש געלעגן אױפֿן פּנים, װאָס האָט אױסגעזען װי אַ מאַפּע פֿון ארץ־ישׂראל…
טײל מאָל, װען איך פֿלעג שטײן אין אָװנט אױפֿן באַלקאָן און קוקן צו דער אײַזנגאַס, װוּ די גאַזלאָמפּן זײַנען געװאָרן אַלץ געדיכטער, נענטער און קלענער, האָב איך מיר פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס איז ארץ־ישׂראל — אפֿשר דערפֿאַר װײַל די אײַזנגאַס איז געװען פֿאַר מיר די סאַמע װײַטסטע שטרעקע װאָס איך האָב געקאָנט זען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor