די פּעריאָדישע טאַבעלע פֿון עלעמענטן — אויף ייִדישAppreciating the Periodic Table of Elements In Yiddish
הײַיאָר איז געוואָרן 150 יאָר זינט דעם צונויפֿשטעל פֿון דער טאַבעלע — און ייִדן מעגן זײַן שטאָלץ דערפֿון.
במשך פֿונעם יאָר 2019 האָט מען אַ סך געשריבן וועגן דער פּעריאָדישער טאַבעלע פֿון די עלעמענטן ווײַל הײַיאָר מערקט מען אָפּ דעם 150סטן יובֿל זינט די טאַבעלע איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן.
מיר ייִדן מעגן אויך אָפּגעבן כּבֿוד דער טאַבעלע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם כעמיקער ד״ר דימיטרי מענדעלײעװס, צוליב עטלעכע סיבות. ערשטנס איז כעמיע אַ װיכטיקער טײל פֿון אונדזער לעבן, צי עס רעדט זיך פֿון פֿאַרב, זײף, שאַמפּו, די מאַטעריאַלן װאָס בױען אונדזער טעכנאָלאָגיע, די מעדיקאַמענטן װאָס הײלן אונדז, ברענװאַרג, קלײדער און באַטעריעס.
דערצו האָבן שוין געװוּנען די נאָבל־פּרעמיע מער װי דרײַסיק ייִדן, ס׳רובֿ פֿון זיי אינעם לעצטן האַלב־יאָרהונדערט, אַ דאַנק דער װאַקסנדיקער צאָל ייִדישע װיסנשאַפֿטלער. און — וויכטיק פֿאַר אונדז, די פֿאָרװערטס־לײענער — כעמיע האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור זינט דעם יאָר 1900 ווען ס׳איז פּובליקירט געוואָרן אַבֿרהם קאַספּעס בוך אויף ייִדיש, „אָנפֿאַנג פֿון כעמיע‟.
אָבער װאָס איז טאַקע די פּעריאָדישע טאַבעלע? זי איז בעצם אַ גרינגער, גראַפֿישער אופֿן צו װײַזן װי אַזױ די כעמישע עלעמענטן רעאַגירן אײנער מיטן צווייטן. בײַם צונויפֿשטעלן די טאַבעלע האָבן כעמיקערס געניצט בערכדיקע כּללים. למשל: פֿלואָר, כלאָר, בראָם און יאָד — די גרופּע װאָס הײסט „האַלאָגענס‟ — האָבן אַ נײגונג זיך צו פֿאַרבינדן מיט מעטאַלן און פֿאָרמירן זאַלצן. מיט דער טאַבעלע קענען כעמיקערס גלײַך וויסן װיפֿל אַטאָמען האַלאָגען פֿאַרבינדן זיך מיט װעלכע מעטאַלן. דורך דער טאַבעלע קען מען פֿאָרױסצוזאָגן כעמישע פֿאַרבינדונגען.
כ׳האָב אַליין באַקומען מײַן באַקאַלאַװראַט, מאַגיסטער־דיפּלאָם און דאָקטאָראַט אין כעמיע; אפֿשר דערפֿאַר זע איך די װעלט במילא דורך „כעמישע אויגן‟ — אַפֿילו ייִדיש! װען איך האָב אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש אין קאַלעדזש האָב איך באַמערקט אַז די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן ווייסן װײניק װעגן כעמיע, אָדער װיסנשאַפֿט בכלל. האָב איך באַשלאָסן צו ברענגען אַ ביסל װיסנשאַפֿט צו די ייִדיש־רעדערס און ־לײענערס. אַ רײ ייִדישע ביכער זענען שוין געשריבן געוואָרן וועגן כעמיע. מסתּמא איז דער בעסטער פֿון זיי שמואל בראָכעסעס לערנבוך, „כעמיע: לױטן לאַבאָראַטאָרישן מעטאָד‟ (צווייטע אױסגאַבע), פֿון מינסק, 1931.
אין יאָר 2012 האָב איך צונויפֿגעשטעלט די פּעריאָדישע טאַבעלע פֿון די עלעמענטן אױף ייִדיש, װײַל כּדי אַרומצורעדן כעמישע פֿאַרבינדונגען מוז מען האָבן די גרונטשטײנער פֿון דער כעמישער טערמינאָלאָגיע, װי אַזױ צו רופֿן די עלעמענטן. פֿריִערדיקע ייִדישע כעמיע־ביכער זײַנען געװען פֿאַרלאָזלעכע װעגװײַזערס; אַפֿילו נחום סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ האָט געהאַט גאַנצע רשימות עלעמענטן. (פֿון װאַנען האָט ער באַקומען די־אָ װערטער װײס איך ניט; ד״ר גבֿריאל װײַנרײַך, דער ברודער פֿון אוריאל ווײַנרײַך און אַליין אַ פֿיזיקער, האָט מיר געשריבן אַז ער, װאָס האָט געזאַמלט די מאַטעמאַטיק־טערמינען דערין, װײסט אױך ניט.) און יעדעס יאָר אַנטדעקן די װיסנשאַפֿטלער נאָך עלעמענטן: די נײַע עלעמענטן זענען שוין קינסטלעכע און אַזױ אומסטאַביל אַז זײ צעפֿאַלן זיך במשך פֿון עטלעכע מיליסעקונדעס, אָבער זײ זײַנען פֿאָרט עלעמענטן, און דאַרפֿן האָבן זייערע אייגענע נעמען. מען קען זען אַ פּעריאָדישע טאַבעלע אױף ייִדיש אין י. װאַסערשטרומס „נאַטור און מענטש‟ (װאַרשע, 1956).
לױט די כּללים פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַראײן פֿון רײנער און אָנגעװענדטער כעמיע (International Union of Pure and Applied Chemistry, IUPAC) רופֿט מען אַלע עלעמענטן דורך פֿאַרקירצונגען פֿון זייערע לאַטײַנישע נעמען, אַפֿילו אין לענדער װאָס ניצן דעם קירילישן אַלף־בית אָדער דעם יידישן, ווי אין ישׂראל. אַזױ איז עס אויך בײַ אונדזער טאַבעלע. אַ טייל טערמינען זײַנען אָבער עכט ייִדישע. גאָלד, זילבער, צין, שװעבל און אײַזן זענען אַלטע ייִדישע ווערטער וואָס שטאַמען פֿון מיטלדײַטש. נײַערע עלעמענטן ניצן אינטערנאַציאָנאַליזמען, סײַ פֿון פֿראַנצײזיש סײַ פֿון דײַטש. דאָס וואָרט nitrogen האָט צװײ מעגלעכע נעמען אויף ייִדיש: אַזאָט און שטיקשטאָף. ווי איר האָט שוין מסתּמא באַמערקט, האָבן מערסטע מעטאַלן דעם סופֿיקס „־יִום‟ און יעדעס יאָר אַנטדעקן די װיסנשאַפֿטלער נאָך עלעמענטן: איצט זײַנען די נײַע עלעמענטן קינסטלעך און אַזױ אומסטאַביל אַז זײ צעפֿאַלן זיך אין מיליסעקונדעס, אָבער זײ זײַנען פֿאָרט עלעמענטן, און פֿאָדערן מען זאָלן זיי געבן נעמען.
איז דאָס געבױ פֿון דער טאַבעלע אַ „געזעץ‟ פֿון דער נאַטור? נײן. ביזן הײַנטיקן טאָג פֿירן װיסנשאַפֿטלער אַ וויכּוח װעגן דעם צונויפֿשטעל פֿון דער טאַבעלע. זאָל זי װײַזן די כעמישע אײגנקײטן פֿון יעדן עלעמענט? אָדער די אַטאָמישע סטרוקטור? (דער פּעריאָדישער ציקל פֿון די אײגנקײטן הענגט אָפּ אין אַטאָמישן געבױ, אָבער די צװײ זײַנען ניט גלײַך.) וואָס איז דער בעסטער פֿאָרעם פֿון אַזאַ טאַבעלע? קװאַדראַטעלעך אין צװײ דימענסיעס אָדער אַ דרײַ־דימענסיאָנעלע „סקולפּטור‟? אַ טאַבעלע אָדער אַ העליקס? אַזעלכע קשיות לאָז איך פֿאַר בעסערע װיסנשאַפֿטלער פֿון מיר.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO