אוידיאָ: אַ קינה אויף מײַן יוגנטAudio: A Lament For My Youth
מיטאָג צײַט הייבן זיי זיך אָן צו באַווײַזן — יונגע לייט, זעלבסט-שאָטנס, אויסגעלאָשענע אויגן און אַ קאַווע אין דער האַנט.
איזי פּאָזען איז דערצויגן געוואָרן אין די סאַטמאַרער קרײַזן אין לאָנדאָן ביזן עלטער פֿון צוואָנציק יאָר. הײַנט שטודירט ער פֿיזיק און פֿילאָסאָפֿיע אין בריסטאָל־אוניווערסיטעט.
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
אויפן טאג פון מיין דריטן געבורטסטאג, איינגעוויקלט אין טלית, טונקל, די ליכט פון די דרויסנדיגע וועלט פארשטעלט, בין איך אין חדר געטראגן געווארן. פון דעם טלית האט מען מיר נישט באפרייט ביז איך בין אויפן מלמד’ס שויס געזעסן – דארט ווי די וועלט’ס ליכטיגקייט טוט נישט דערגרייכן. עס וועט נעמען זיבעצן יאר איידער איך וועל דאס ליכט ווידער זען.
דעם מלמד שויס – אנדערש ווי אנדערע שויסן – איז נישט געווען ווארעם. אונטער דעם מאמען’ס פארטוך איז ווארעם געווען, אבער א אידיש אינגל, א ציקונפטע תלמיד חכם, האט נישט דארט וואס צו זוכן. זיין פלאץ איז ביים מלמד אין חדר – א מלמד וואס וועט אים געבן צו פארשטיין יראת שמים.
אונטער דער מאמען’ס פארטוך איז ווארעם געווען, אבער א אידיש אינגל, א צוקונפטיקער תלמיד חכם, האט נישט דארט וואס צו זוכן. זיין פלאץ איז ביים מלמד אין חדר — א מלמד וואס וועט אים געבן צו פארשטיין יראת שמים.
און יראת שמים האב איך געלערנט אומדירעקט. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט יראת העונש, אַ מורא פֿאַרן מלמד’ס שטעקן, דעם מלמד’ס הענט, דעם מלמד’ס פוס. גאט האב איך קיינמאל נישט געזען און איך וואלט נישט געוואוסט ווי אזוי אים צו פארכטן. אבער דעם מלמד האב איך געזען טעגליך און זיין פארכט האט געדינט ווי א משל פאר גאט’ס פארכט.
און — פונקט ווי אונזער מסורה האט פארויסגעזאגט — האט דעם מלמד’ס שטעקן געטויגט: די מורא פאר גאט האט מיר שוין לאנג פארלאזט אבער דעם מלמד’ס פארכט באגלייט מיר ביזן היינטיגן טאג. וואס פארא אנדערע חינוך מעטאדע האט אזעלכע מצליח’דיגע רעזולטאטן? וועלכע אנדערע מהלך פון אויפברענגען קינדער קען זיך בארימען אז די איינדרוקן פון דער יוגנט באגלייטן צענדליגער יארן שפעטער טאג־טעגלעך די יעצט דערוואקסענע קינדער?
היינט איז דער מלמד שוין אלט. אפילו צוואנציג יאר צוריק איז ער שוין צו אלט געווען אויף צו טון עפעס טויגליך, אבער נישט צו אלט אויף מפקיד זיין ביי אים תינוקות של בית רבן וואס האבן קיין זינד ניט טועם געווען. און וואו זענען היינט די געליטענע פונעם מלמדס שטראף? איר קענט זיי זען טעגליך פארשפרייט אין די שטיבלעך פון אונזערע הייליגע קהילות.
מיטאג צייט הייבן זיי זיך אן צו באווייזן — אינגע לייט, זעלבסט-שאטנס, אויסגעלאשענע אויגן, א קאווע אין דער האנט. די ווייב איז נארוואס אהיימגעקומען פון א האלבן טאג’ס ארבעט און האט אים פון בעט ארויסגעטריבן. טלית און תפילין אונטערן ארעם באלייגט ער זיך איבער די בתי מדרשים אנצופאנגען זיין טעגליכע עבודת השם. אין שטיבל ערווארט אים הייסע קאווע און די פרישסטע לשון הרעלעך, און — וויכטיגער פון אלעם — דאס שטיבל איז ווייט פונם ווייב, וואס איר עצם עקזיסטענץ איז א שטענדיקע דערמאנונג וואס פארא לא-יצלח ער איז.
אבער ער איז נישט שולדיג. אונזערע אינגע לייט זענען נישט שולדיג. אונזערע ווייבער ליידן פון אונזער דיספונקציע, אבער נאכמער ליידן אונז. אונז זענען א דור וואס האלט אין אונזער געמיינזאמער געוויסן אומבאשרייבארע פיין און טראומע. מען האט אונז באעוולט; אונזערע אייגענע עלטערן האבן אונז פארראטן און אונז איבערגעגעבן אין די הענט פון א גרויזאמען מלמד וואס האט געטון מיט אונז וואס אימער עס האט אים געפאלן.
עס איז צייט פאר אונז צו מאנען דאס וואס מען האט אונזערע יוגנט באראבעוועט! גאנצענע דורות פון אינגלעך און בחורים זענען אויפגעצויגן געווארן אין פחד, ענגשאפט און נפשיות’דיגע צמצום. מען האט זיך נישט אפגעגעבן מיט אונזערע עמאציאנאלע באדערפערנישן און מען האט אונז נישט געלאזט זיך צו אנטוויקלען אויף א נאטירליכן און געזונטן אופן.
א דרייצן יעריגע קינד באלאנגט אויפן שפיל-פעלד מיט א באל צווישן די פיס. אין יענעם עלטער צו קוועטשן א באנק צען שעה א טאג איז פשוט נישט געזונט — נישט פארן גוף און נישט פארן נפש. א פופצן יעריגע קינד דארף לערנען צו פארשטיין זיינע אנטוויקלענדיקע געפילן, נישט זיין אבסעסירט מיט זעלבסט-שולדיגע געפילן פון קדושה און טהרה. אונזערע פרויען האט מען געלאזט אנטוויקלען אין אן עטוואס נאטירליכן וועג: איז א וואונדער אז זיי זענען נפשיות’דיג געזינטער פון אונז מענער? איז א וואונדער אז די מענער אין אונזערע קהילות ליידן פון כל-מיני גייסטיגע מחלות — צו מען רעדט דערפון צו נישט?
וואס האט מען אונז געלערנט אין חדר און אין ישיבה? האט מען אונז געלערנט ווי אזוי צו זיין ערנסטע, פאראנטווארטליכע מענער און פאטערס? האט מען אונז געלערנט ווי אזוי צו לייגן ברויט אויפן טיש? האט מען אונז געלערנט עטוואס נוצליך? האט מען אונז געזאגט אפילו איין ווארט אמת אויף וואס עס קומט פאר אויף דער וועלט? אדער האט דער טלית מיט וואס מען האט אונז צום ערשט אין חדר געטראגן ממשיך געווען צו פארחושכן אונזער וועלט, מאכנדיג זיכער אז קיין ליכט קומט נישט דורך?
אונז זענען אויפגעוואקסן אין א מיטאלאגישע וועלט פול מיט כישופים, שדים און רוחות. די „היסטאריע‟ וואס מען האט אונז געלערנט איז געווען אבערגלויבישע דערציילונגען פון גולמ’ס און מופתים, ארענדארן און פריצים, שמות און כוחות הטומאה. די נארישקייטן האט קיינעם נישט צוגעהאלפן און זיי האבן נישט קיין שום מקור אין מציאות, אין דער רעאליטעט, אבער דאס איז געווען וויכטיג אונז צו לערנען — דאס און וואס צו טון אויב דיין שכן’ס אקס שטויסט דיינעם.
איך האב שוין לאנג פארלאזט די קהילה וואס האט מיר אזוי פארראטן. איך האב דעם טלית אויסגעטון און זיך אנגעזעטיגט פון די ליכט. אבער מיין יוגנט קען איך נישט צוריקבאקומען. מיט אייך, מיינע ברידער, טו איך זי באוויינען. לאמיר טאקע אויף איר א קינה זאגן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO