אַנאַבעלאַ יעקבֿ, וואָס האָט אויפֿגעטראָטן מיט שמעון דזשיגאַן, איז ניטאָ מערActress Anabela Yaakov, Who Played in Shimon Dzigan’s Skits, Has Died
ווען זי האָט געשפּילט אין „כּתריליווקער רעסטאָראַן‟ אָדער „דאָס טעפּל‟, האָט מען געהערט דעם אמתן גײַסט און מעלאָדיע פֿון שלום־עליכמס שפּראַך.
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
דאָנערשטיק, דעם 21סטן נאָוועמבער, איז די טאַלאַנטירטע אַקטריסע אַנאַבעלאַ יעקבֿ, אַוועק אין דער אייביקייט אין תּל־אָבֿיבֿ. זי איז געווען 78 יאָר אַלט.
אַנאַבעלאַ, וואָס האָט אָפֿט אויפֿגעטראָטן מיט דער ייִדישער טעאַטער־טרופּע „ייִדישפּיל‟, האָט אַ מאָל געשפּילט צוזאַמען מיטן ייִדישן קאָמיקער שמעון דזשיגאַן.
מיט אַנאַבעלאַן האָב איך זיך באַקענט ווען איך בין געקומען אין ייִדישפּיל מיט מײַן ערשטער פּיעסע, „האָטעל אַמעריקאַנאַ‟. נאָך דעם האָב איך געהאַט דעם זכות צו אַרבעטן מיט איר אין אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „די צוויי קונילעמל‟, שלום־עליכמס „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער‟ און „אַ יריד פֿון געלעכטער‟, און לודוויג לעוועסאָנס „די ווײַבערישע קניפּלעך‟. אָבער בײַ מיר איז די וויכטיקסטע ראָלע וואָס מיר האָבן געשאַפֿן צוזאַמען דווקא געווען די קליינע ראָלע פֿון דער קעלנערין אין דער פּיעסע „קינדער פֿון שאָטן‟ פֿון בן ציון תּומר.
איידער מיר האָבן אויפֿגעפֿירט די פּיעסע „דחילו ורחימו‟ האָב איך געפֿרעגט אַנאַבעלאַן אויב זי איז גרייט צו שפּילן אַזאַ קליינע ראָלע. זי האָט בכלל נישט פֿאַרשטאַנען די פֿראַגע. בײַ איר איז געווען וויכטיק דער פּערזאָן, אַ כאַראַקטער וואָס קיינער וועט נישט פֿאַרגעסן.
אַנאַבעלאַ איז געווען אַ פֿילפֿאַרביקע אַקטריסע. זי האָט געקענט שפּילן אַ קאָמישע רביצין פֿון אַ שטעטל אין „די ווײַבערישע קניפּלעך‟ און אַן ערנסטע טראַגישע פֿרוי אין יצחק באַשעוויסעס „די לעצטע ליבע‟.
פֿופֿציק יאָר אויף דער בינע איז נישט קיין קלייניקייט. לאָמיר דערציילן אויפֿן שפּיץ מעסער אַ ביסל וועגן איר לעבנסוועג אין טעאַטער.
געבוירן איז זי אין בוקאַרעשט, רומעניע אין 1941 און דאָרט שטודירט טעאַטער. אין 1963 איז זי געקומען קיין ישׂראל. דאָ האָט זי געשפּילט אויף פֿיר שפּראַכן: ייִדיש, רומעניש, בולגאַריש און העברעיִש.
אין 1967 האָט זי צוזאַמען מיט יעקבֿ בודו געשפּילט אויף העברעיִש מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער‟. זי האָט געשפּילט די ראָלע פֿון זײַן האָרבאַטער געליבטע. יואל זילבער איז געווען דער רעזשיסאָר. די פֿאָרשטעלונג האָט מען געשטעלט אויף דער בינע ערשט נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און עס איז געווען אַ גרויסע הצלחה. לויט דער ראָלע איז אַנאַבעלאַ געווען אַ קאַנדידאַט צו באַקומען די פּרעמיע „כּינור דוד‟.
די זעכציקער יאָרן איז געווען די גאָלדענע תּקופֿה פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל. זיבן טרופּעס האָבן גאַסטראָלירט איבערן לאַנד. די מערהייט פֿון די פּיעסעס זײַנען געווען מוזיקאַלישע קאָמעדיעס און מעלאָדראַמעס. דער עולם איז געווען אויסגעהונגערט נאָך אַ ייִדיש וואָרט, נאָך אַ לאַך און נאָך אַ טרער. אַנאַבעלאַ איז געווען די סוברעטקע. זי האָט געטאַנצט, געזונגען און אויך געשפּילט ערנסטע ראָלעס.
אין משך פֿון פֿופֿצן יאָר האָט אַנאַבעלאַ געאַרבעט מיט שמעון דזשיגאַנען. איך מיין אַז דאָס איז געווען די וויכטיקסטע איבערלעבונג אין איר פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן. דזשיגאַן איז נישט בלויז געווען אַ גרויסער קינסטלער, נאָר אויך איר מדריך. און זי האָט געלערנט און נאָך ווי…
די ערשטע פֿאָרשטעלונג אין ייִדישפּיל וווּ אַנאַבעלאַ האָט געשפּילט איז געווען גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟. פֿון דעמאָלט אָן איז אַנאַבעלאַ געוואָרן, לאָמיר זאָגן, אַ הויפּט־שטערן בײַם ייִדישפּיל־טעאַטער.
אַנאַבעלאַ האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: דער אַקטיאָר איז דער סך־הכּל פֿון די פּערסאָנאַזשן וואָס ער האָט געשאַפֿן. דער סך־הכּל איז נישט נאָר דאָס וואָס דער עולם געדענקט פֿון די פֿאָרשטעלונגען, נאָר דאָס וואָס דער אַקטיאָר אַליין האָט זיך געלערנט וועגן זיך און וועגן די פּערזאָנען וואָס ער האָט געשפּילט.
נאָך עפּעס וואָס זי האָט מיר געזאָגט: ווייסט וואָס עס הייסט צו זײַן אַן אַקטיאָר? דאָס הייסט צו זײַן אַ משוגענער מיט אַ דערלויבעניש. אויב איך וויל בין איך אַ בעטלערין אויף דער גאַס אלנבי און אויב איך וויל בין איך די מלכּה עליזאַבעט. קיינער וועט מיר נישט נעמען אין קיין שפּיטאָל אַרײַן; פֿאַרקערט, מע וועט מיך אַפּלאָדירן און מע וועט מיר באַצאָלן (טאָמער באַצאָלט מען טאַקע).
נישט אומזיסט האָט דער עולם תּמיד אַפּלאָדירט ווי נאָר אַנאַבעלאַ איז אַרויף אויף דער בינע.
בײַ מיר איז אַנאַבעלאַ געווען די בעסטע שוישפּילערין פֿאַר שלום־עליכמס ווײַבערישע פּאַרשוינען. ווען איך האָב געזען ווי זי שפּילט אין „כּתריליווקער רעסטאָראַן‟ אָדער „דאָס טעפּל‟, האָב איך געהערט דעם אמתן גײַסט און מעלאָדיע פֿון שלום־עליכמס שפּראַך.
אין „דער פֿאַרכּישפֿטער שנײַדער‟ האָט אַנאַבעלאַ געשפּילט די ראָלע פֿון „ציפּע ביילע רייזע‟, אַן אָרעמע פֿרוי וואָס פֿאַרמאָגט גאָרנישט און בענקט נאָר נאָך אַ ציג. אַנאַבעלאַ האָט מיר אַזוי געזאָגט: „איך קען זי. זי איז געווען מײַן שכנטע, איך קען זי ווי איך קען זיך אַליין.‟ איר סאַמע לעצטע ראָלע איז געווען צוזאַמען מיטן אַקטיאָר אורי קאָװאַלסקי אין „פֿײגעלעך אין קאָפּ‟, וואָס האָט געשפּילט סײַ אין תּל־אָבֿיבֿ סײַ אין װאַרשע אין 2016.
אַ טעאַטראַלע טרופּע איז ווי אַ משפּחה. יעדער דור שפּילט זײַן ראָלע. דאָס וואָס אַנאַבעלאַ האָט געשאָנקען די יונגע אַקטיאָרן איז ווערט גאָלד. פֿאַר דעם דור וואָס רעדט נישט קיין ייִדיש פֿון דער היים, איז דאָס הערן אַנאַבעלאַס שפּראַך געווען זייער וויכטיק. זי איז געווען נישט נאָר אַן אַקטריסע, נאָר אַ מוסטער פֿון פּראָפֿעסיאָנאַליזם אין דער טראַדיציע פֿון ייִדישן טעאַטער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO