סודות פֿון היימישע מאכליםSecrets of Heimishe Cuisine
בײַ די ייִדיש־שפּראַכיקע אַמעריקאַנער חסידים זענען פּיצע און כינעזישע מאכלים געוואָרן אַ טייל פֿון טראַדיציאָנעלער קולינאַריע.
די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין אַמעריקע גלייבן, אַז זיי בלײַבן געטרײַ דער אַלטער טראַדיציע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער קולינאַריע. איז עס טאַקע אַזוי? מיט אַ לעקציע אויף דער דאָזיקער טעמע בין איך אויפֿגעטראָטן דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער.
ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז דאָס פֿילדײַטיקע וואָרט „היימיש‟ פֿאַרנעמט גאָר אַ גרויס אָרט אינעם אַמעריקאַניזירטן אונגעריש־גאַליציאַנער ייִדישן דיאַלעקט, וואָס דאָמינירט הײַנט אין דער חסידישער וועלט. „היימיש‟ מיינט פֿרום, חסידיש, טראַדיציאָנעל, ייִחוסדיק, באַטעמט, אַסאָציִיִרט מיט דער טעריטאָריע פֿון דער געוועזענער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, פּאָפּולער בײַ חסידים… און צומאָל אַמעריקאַניש. אַן אַלטער לאָמפּ מיט אַ ווענטילאַטאָר פֿון די אַמעריקאַנער 1950ער קאָן אויך זײַן היימיש, אויב עס הענגט בײַ די באָבע־זיידע אין שטוב.
צוליב דער זעלבער סיבה, קאָן אַ פּיצע און אַפֿילו אַ כינעזישער רעסטאָראַן זײַן היימיש, כּל־זמן זיי האָבן אַ גוטן אונגעריש־חסידישן הכשר און אַ שײַכות צום ייִדיש־שפּראַכיקן חסידישן עולם.
ווי אַזוי איז געוואָרן היימיש דער בראָנפֿן Old Williamsburg? מע טרינקט עס כּסדר שבת נאָכן דאַוונען אין שילן, כאָטש צו ייִדן האָט ער, דאַכט זיך, נישט קיין שײַכות און קומען קומט ער פֿון קענטאָקי. דער ענטפֿער איז זייער אַ פּשוטער: אויף דער פֿלאַש איז אָנגעצייכנט די באַקאַנטע וויליאַמסבורגער בריק. אין וויליאַמסבורג וווינען צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער און דער עצם־פֿאַקט, אַז מע טרינקט עס פֿון יאָר צו יאָר בײַם קידוש, מאַכט עס שוין היימיש.
אין וויליאַמסבורג געפֿינען זיך איינער לעבן דעם צווייטן צוויי קראָמען: „שפּילמאַן פֿיש־סטאָר‟ און „פֿלייש־געשעפֿט‟. די נעמען פֿון אָט־די געוועלבן רעפּרעזענטירן היפּוכדיקע טענדענצן אינעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש: אָפּצוהיטן דעם קלאַסישן ווערטער־אוצר און אויסצונוצן ענגלישע אָדער ענגליש־שטאַמיקע ווערטער. די צונויפֿגעשטעלטע ווערטער „פּאָטייטאָ־קוגל‟ אָדער „טשיקען־זופּ‟ זענען ייִדישע. בײַ אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער זענען זיי אָבער לאַוו־דווקא פֿאַרשטענדלעך, כאָטש בײַ אַ מיזרח־אייראָפּעער קלינגען זיי ווי מאָדנע אַמעריקאַניזמען. ביידע ווערטער זענען אָבער בלי־שום־ספֿק היימיש, ווײַל זיי זענען טאָג־טעגלעך אין גאַנג בײַ די היימישע ייִדן אין מויל. נישט בלויז מיט די ווערטער, נאָר מיט די מאכלים אַליין גייט ביסלעכווײַז אָן דער זעלבער פּראָצעס.
בײַ די רוסישע און בכלל בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָט דער אויסדרוק „היימישע מאכלים‟ דעם בוכשטעבלעכן זין: היימיש־געמאַכטע קלאַסישע ייִדישע מינים שפּײַז. עטלעכע צוהערער האָבן בעת מײַן לעקציע זיך געחידושט: ווי אַזוי קאָן זײַן היימיש, למשל, אַ פּראָדוקט פֿון דער באַקאַנטער פֿירמע Meal Mart, וואָס מע קאָן באַשטעלן אויף דער אינטערנעץ דורכן עלעקטראָנישן ביכערמאַרק Amazon? פֿאַר די הײַנטיקע חסידים איז דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער קשיא זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך: Meal Mart איז דאָך פֿאַרבונדן מיט סאַטמאַר און האָט די השגחה פֿון הרבֿ אַהרן טייטלבוים – דער נירבאַטערער רבֿ, אַ קרובֿ פֿונעם סאַטמאַרער רבין אין קרית־יואל מיטן זעלבן נאָמען. עס מאַכט נישט אויס, אַז די פּראָדוקטן קאָכן און פּאַקן לאַוו־דווקא ייִדן אויף אַ פֿאַבריק.
פֿון דער צווייטער זײַט, וואָלטן די הײַנטיקע אונגערישע חסידים מסכּים געווען, אַז אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע אָדער אונגערן פֿאַרקויפֿן די ליובאַוויטשער דווקא היימישע פּראָדוקטן, להיפּוך צו קראַון־הײַטס, דעם וועלט־צענטער פֿון חב״ד. דאָרטן באַקומען די פּאָפּולערע מאכלים אַלץ מער אַ מאָדערנעם אַמעריקאַנער אָדער ארץ־ישׂראלדיקן טעם. אין פֿאַרגלײַך מיט קראָון־הײַטס, ווייסן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, אַז כומוס און פֿאַלאַפֿעל זענען מיטל־מיזרחדיקע, לכתּחילה נישט ייִדישע מאכלים.
הן בײַ די אונגעריש־גאַליציאַנער ייִדן, הן בײַ די אַמעריקאַנער בכלל איז פֿאַראַן אַ טענדענץ אַרײַנצומישן וואָס מער צוקער. אין געוויסע פֿאַלן איז עס אַ ספּעציפֿיש־ייִדישע טראַדיציע – אַזוי ווי דער היימישער זיסער פֿיש. פֿאַר די ליטוואַקעס און אוקראַיִנישע ייִדן האָט אַזאַ מאכל אַ מאָדנעם, אַפֿילו עקלדיקן טעם; במשך פֿון דורות האָט זיך אין מיזרח־אייראָפּע געהיט אַ גענויע גרענעץ צווישן די שטעטלעך, וווּ ייִדן האָבן ליב אָדער פֿײַנט געהאַט דעם זיסן פֿיש, ווײַל די צוויי מחנות האָבן צווישן זיך אַפֿילו נישט געמאַכט קיין שידוכים. פֿון וואַנען נעמען זיך אָבער די הײַנטיקע עקסטרעם־פֿאַרצוקערטע חסידישע קיכעלעך און המן־טאַשן? ס׳קאָן זײַן, אַז דאָ האָט זיך די אַלטע טראַדיציע אויסגעמישט מיט אַמעריקאַנער מאָדעס. כּדי צו לייזן אָט־די היסטאָרישע „סודות‟ פֿון היימישע מאכלים זענען נייטיק ערנסטע היסטאָרישע און סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor