Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער מיסטעריעזער בחור אין רבינס שטיבלThe Mysterious Young Man In the Rebbe’s Shtiebel

מיט זײַנע לאַנגע פּאות, סאַמעטענעם הוט און לאַנגער בעקעשע זעט ער אויס ווי אַ רביש קינד אָבער ער הייסט פּיטער און רעדט נישט קיין ייִדיש.

אינעם איינציגסטן חסידישן שטיבל דא, אינעם האלב פערסישן, האלב כל המינים, געגנט, דרייט זיך א בחור, א סאמעטענער הוט אויפן קאפ, אביסל א טונקל פנים, לאנגע חסידישע פאות, א לאנגער בעקעשע, גרויסע וואלענע ציצית, ארויפגעצויגענע זאקן און רבישע שיך. אינגאנצן א רביש קינד. 

דער בחור זיצט דא אלע שבת, ווען מעגליך — א גאנצן נאכמיטאג, ווי כאילו דער שומר פון שטיבל, מיט די גרויסע וואלענע ציצית, בעת מען זעט אין דעם געגנט פאר קיין רפואה נישט אזוינע ציצית. זיין גאנצער וועזן איז רביש און פארצייטיש חסידיש — ווי ער בליקט און גלייזט, ווי ער מורמלט און שעפשעט, ווי ער שלעפט די פיס, ווי ער דאוונט. 

ווער איז אט דער בחור? איז ער דעם רבינס א זון? ניין, קען נישט זיין, דער רבי מיט זיינע קינדער זענען אלע רויטע, און ער איז א שווארץ־האריקער מיט אביסל א טונקל פנים. אז איך גיי צו צו אים כאפן א שמועס, אין אידיש פארשטייט זיך, בלייב איך געפלעפט. ער, דער מיטן גאנצן טומעלדיגן רעבישן חסידישן לבוש און הלוך ילך, פארשטייט נישט קיין אידיש. ענגליש רעדט ער. אזוי גאר?…  וואס מיינט דאס, איז ער עפעס א פארשטעלטער? אוי רבונו של עולם, ס’דאך פורים אינדערוואכן!… .

ווער איך יעצט שוין טאקע נייגעריג, ווער איז עס דער בריה דא אינעם רבי’נס  שטיבל? 

הער איך אז ער איז נישט עפעס אנדערש נאר א פערסישער גאר… בעצם אן אמעריקאנער בויטשיק; הייסן הייסט ער פיטער… נעבעך א יתום פון דער מאמען, קומט פון דער אנדערער געגנט, איז אים נישט באקוועם אין שטוב מיט זיין פערסישער אומגעבונג. די שמועה איבער חסידים איז דערגאנגען צו זיין אויער, קומט ער דא צולויפן, דרייט זיך דא אין רבינס שטיבל. אנגעזען האט  ער זיך אויף די כלי מיט כל מיני רבי’שע הוויות, האט אים געכאפט דאס  רעבישקייט, זיך געלאזט באשטעלן אלע רעבישע בגדים, סאמעט ביים קראגן אפילו, און זיי פאסן אים גראדע גאר גוט. 

ווי א ריכטיגער פארצייטישער יושב איז אים די בעקעשע לאנג און קאטשעלאביש, בכיוון אומפינקטליך. ער ווייסט יעדע תנועה און יעדע  מאך מיט דער האנט. רעדט מיט חסידישע אתנחתא’ס, קוקט אראפ די אויגן ווען עס גייט פארביי אן אישה. הכלל, א געבוירענער יושב, נאר בטעות צווישן פערסן. איספאהאנער, שיראזער, טעהראנער.

און זאלט איר נישט מיינען אז ער איז סתם עפעס א פראסטאק, עס האט אים פשוט פארכאפט די מעשה. ניין, ער זיצט איבערן גמרא א גאנצן נאכמיטאג און הארעוועט אריין, דרייענדיג די פאות ווי א חסידישער גמרא איד. אדער זיצט ער איבער א חומש, א חסידישער סיפורי צדיקים ספר. די שטיבל איז ליידיג, אמאל אז עס גייט אויפן גאס אדורך א באקאנט פנים, למשל טאקע איך, קומט ער צו לויפן צום טיר, ווי א פארצייטישער קרעטשמער אויף די שייד וועגן, ליידט מיך אריין, און דערציילט סיפורים פון רבי אורי סטרעליסקער, פון ר’ מיכעלע זלאטשעווער, פונעם חוזה, און טאקע די חסידישסטע סארט מעשיות מיטן קנייטש, מיטן ווינק, מיטן רמז’ל, וואס נאר א רעכטער חסיד קען פארשטיין. מיט א טאן אונטער די נאז, פונקט ווי דער פארצייטישער חסיד וואלט גערעדט אין אידיש. איך זאג אייך, מיט אזא ענגליש דארף מען שוין נישט קיין אידיש. 

און וואס זאגט דער רבי דערצו? 

דער רבי האט אים גערן אין שטיבל, און אויך צו זיינע סעודות אין שטוב מיט אנדערע געסט. ער איז אייגנטליך דעם רבינס בן בית, אבער דער רבי טשעפעט אים ביטערליך. 

„דו ביסט א נארישער פארסי ווי אלע נארישע פארסים. גיי זעצט דיך לערנען אין ישיבה ווי א נארמאלער בחור מיט אן אחריות. דא איז נישט איראן, דא לאזט מען היטן אריגינעלע אידישקייט.‟

דער כמו בנש”ק שיראזער פרסי הערט די טשעפעס, פארבייסט די ליפן, דרייט שנעלער און אגרעסיווער די פאות, פינטלט מיט די אויגן, אבער בלייבט פאר’עקש’דיגערהייט מיטן רבי’ן. דער רבי טשעפעט אן אויפהער, און יעקב בלייבט דא. א מיסטעריע, סיי פארוואס טשעפעט אים דער רבי, און אויב אזוי פארוואס בלייבט ער דא. זענען דא צוויי מיינונגען צווישן די ארומיגע. איינס איז פשוט און גראד, אז ס‘איז טאקע זייער נישט שיין פונעם רבי’ן זיך צו באציען צום בחור אזוי.

„נעבעך א יתום, וואס וויל דער רבי פון זיין לעבן האבן? טשעפעט אים אן אויפהער.‟  „דער רבי מיט זיינע מעלות, האט א שלעכטע מידה פון טשעפען.‟ 

דער אנדערער צד זאגט: „וואס מיינסטו, דער רבי ווייסט נישט אז ער איז א יתום? ווייסט ער נישט עס איז נישט גלייך צו טשעפענען, נאך דערצו ברבים? נאר דער רבי האט כוונות דערביי, אפשר וויל ער אים מחנך זיין, אפשר וויל ער בודק זיין צי ער איז דא בלויז פאר שפילערייען אדער איז ער ערנסט, און אפשר וויל ער אים ממתיק זיין די דינים. ער איז דאך א רבי, האט ער הויכע כוונות וואס מיר ווייסן נישט.‟

„כ׳האב אפילו געהערט ווי דער רבי זאגט ׳נפשי קשורה בנפשו׳ (מיין נשמה איז געבינדן צו זיין נשמה),‟ האט איינער צוגעגעבן. 

„אבער מען טשעפעט נישט אזוי קיין יתום!‟ עקשנט זיך איין א גראדער ישיבה אינגל.

אפילו א אידישער נאמען פארגינט אים נישט דער רבי, בלייבט ער ביים גויאישן נאמען, פיטער, ביי אלע סעודות, אלע מלוה מלכות, אלע יארצייטן. פיטער מיטן חסידישן לבוש, און די מיסטעריע גייט אן. עס זעט אויס ווי עפעס גאר הויכס און אומגעווענטליכס קומט פאר צווישן די צוויי, צווישן רבין און דעם יונגן פערסישן יושב. בלויז טעג און לאנגע יארן וועלן דערציילן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.