גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟ - אונדזער אייגענע סינדערעלעGoldfaden’s “The Sorceress” — A Cinderella Of Our Own
די אַקטיאָרן אין דער נײַער פֿאָלקסבינע־פּראָדוקציע רעדן אַרויס די רעפּליקן אויף וואָלינער ייִדיש, וואָס גיט צו אַ היימישן טעם צו דער אָפּערעטע.
די וואָך האָט אין מאַנהעטן זיך געעפֿנט — צום ערשטן מאָל אין 80 יאָר — די באַרימטע אָפּערעטע, „די כּישוף־מאַכערין‟. די מוזיקאַלישע פּיעסע, פּראָדוצירט פֿון דער פֿאָלקסבינע, וועט שפּילן ביזן 29סטן דעצעמבער און ווערט באַגלייט פֿון ענגלישע און רוסישע אייבערקעפּלעך.
„די כּישוף־מאַכערין‟, וואָס אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, דער „פֿאָטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟, האָט געשאַפֿן אין יאָר 1878, איז געווען די סאַמע ערשטע פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש וואָס מע האָט אַ מאָל אויפֿגעפֿירט אין אַמעריקע. דער גרויסער אַקטיאָר, באָריס טאָמאַשעפֿסקי, דעמאָלט בלויז אַ 14־יאָריקער בחור, האָט געבראַכט דאָס ווערק קיין ניו־יאָרק אין 1882 און אויפֿגעפֿירט אויף סעקאָנד עוועניו אין דער איסט סײַד, אַ געגנט וואָס איז שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי דער ייִדישער טעאַטער־דיסטריקט.
דער סיפּור־המעשׂה איז ענלעך אויף „סינדאַרעלע‟, די באַרימטע פֿאָלקס־מעשׂה וואָס שטאַמט אָפֿיציעל פֿון דער פֿראַנצייזישער מעשׂה „סענדריאָן‟ פֿונעם 16טן יאָרהונדערט אָבער וואָס מע האָט אין דער אמתן שוין טויזנטער יאָרן איבערדערציילט דורך פֿאַרשידענע נוסחאָות בײַ הונדערטער פֿעלקער, אַרײַנגערעכנט אַ כינעזישן נוסח פֿון 9טן יאָרהונדערט און אַן אַלט־גריכישן פֿון 6טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג.
בײַ גאָלדפֿאַדענען, הייסט די העלדין מירעלע. דערצויגן בײַ גוט־האַרציקע, פֿאַרמעגלעכע עלטערן, בײַט זיך פּלוצלינג בײַ איר דער גורל ווען די מאַמע שטאַרבט און דער טאַטע ווערט אַרעסטירט אָן אַ פֿאַרוואָס — ביז מע דערוויסט זיך אַז דאָס האָט זײַן נײַע פֿרוי, בתיה — מירעלעס שטיפֿמאַמע — אָרקעסטירט מיט דער הילף פֿון אַן אָרטיקער מכשפֿה, די באָבע יאַכנע, כּדי אַרויסצוגנבֿענען דעם מאַנס פֿאַרמעגן. ווי בײַ ס׳רובֿ פֿאָלקס־מעשׂיות האָט די אָפּערעטע אַ „העפּי־ענד‟: די וווילע העלדן ווערן באַלוינט, און די שלעכטע נעמען אײַן אַ מיתה־משונה.
גאָלדפֿאַדענס נוסח פֿון דער מעשׂה האָט אָבער אַ באַזונדערן ייִדישן טעם. ווען מירעלע זוכט עמעצן זי צו ראַטעווען פֿון דער שלעכטער שטיפֿמאַמע, טוט זי עס אינעם געזעלשאַפֿטלעכן צענטער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל — אין מאַרק, וווּ די ייִדן פֿלעגן קומען יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק כּדי צו פֿאַרקויפֿן זייער סחורה, פֿון נאָדל און פֿאָדעם ביז פֿריש געשאָכטענע הינער. דערצו שפּיגלט אָפּ דער טעקסט פֿון מירעלעס געוויין אַ נאַטירלעכע קענטשאַפֿט פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן:
אוי, איר ײִדן, בני רחמנים,
אַ גוט האַרץ איז דאָ בײַ אײַך!
בײַ אײַך זענען דאָ דיינים —
פּסקנט מיר, צי איז דאָס גלײַך.
ווי איינע וואָס גייט שוין מער ווי 50 יאָר לאַנג אין ייִדישן טעאַטער איז מיר תּמיד געווען אַ חידוש פֿאַר וואָס מע פֿירט נישט אויף „די כּישוף־מאַכערין‟. מיט דער פּאַרטיטור בין איך שוין געווען גוט באַקאַנט ווײַל מע האָט עטלעכע מאָל, אין די 1970ער יאָרן, אויפֿגעפֿירט „די כּישוף־מאַכערין‟ אינעם ייִדישן זומער־לאַגער קעמפּ המשך, וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט נײַן זומערן. כאָטש די פּראָדוקציע אין „המשך‟, געשפּילט דורך טאַלענטירטע אויפֿפּאַסער און קעמפּער, איז געווען פֿול מיט חן, איז עס פֿאָרט נישט געווען קיין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרשטעלונג.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָב איך, סוף־כּל־סוף, געזען „די כּישוף־מאַכערין‟ געשפּילט דורך אויסגעשולטע זינגער, טענצער און אַקטיאָרן, באַגלייט מיט אַן אָרקעסטער פֿון צען מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, און ס׳איז טאַקע געווען אַ פֿאַרגעניגן. ערשטנס, האָט מען טרענירט די אַקטיאָרן אַרויסצורעדן די רעפּליקן אויפֿן וואָלינער ייִדיש אַנשטאָט כּלל־ייִדיש, וואָס האָט געגעבן דער פּראָדוקציע אַ מער היימישע שטימונג. (דער מיזרחדיקער אוקראַיִנישער דיאַלעקט איז אַ מאָל געווען דער אָפֿיציעלער אַרויסרייד אין ייִדישן טעאַטער.)
אַחוץ דעם האָבן די פּרעכטיקע קולות פֿון די זינגער, בפֿרט מירעלע (דזשאַזמין גאָרסלין) און מאַרקוס (דזשאָש קאָהאַנע), צו מאָל געשאַפֿן אַ שטימונג פֿון אמתער אָפּערע און דערמעגלעכט עטלעכע פֿון גאָלדפֿאַדנס לידער, ווי למשל „עלנט, פֿון אַלע ביימער ווײַט‟, צו גלאַנצן מיט זייער קינסטלערישער מעלאָדישקייט.
מיכל יאַשינסקי האָט זיך אויסגעצייכנט ווי די כיטרע באָבע יאַכנע, וואָס לאַכט אַליין אָפּ פֿון די אײַנגלייבענישן פֿון אירע קונים. דאָס וואָס זעט אויס בײַ די פֿאָלקסמענטשן ווי כּישוף — טענהט די באָבע יאַכנע — איז גאָרנישט מער ווי פֿעיִקע מאַניפּולאַציעס, כאַבאַר און גנבֿה. נאָר גיי שרײַ חי־וקים; אויב דאָס פֿאָלק וויל גלייבן אין איבערנאַטירלעכע כּוחות, העלפֿט נישט קיין לאָגיק. דאָס איז, אַ פּנים, טאַקע געווען איינע פֿון די כּוונות בײַ גאָלדפֿאַדענען: צו וואָרענען די ייִדן וואָס לאָזן זיך אָפּנאַרן פֿון די שאַרלאַטאַנען אַרום זיי.
כאָטש ס׳איז בײַ געוויסע אַקטיאָרן אַ מאָל געווען שווער צו פֿאַרשטיין וואָס זיי זאָגן — אַ פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם בײַ די שפּילער וועלכע קענען נישט קיין ייִדיש — האָבן אַנדערע פּרעכטיק אַרויסגערעדט די ייִדישע רעפּליקן. די שטיפֿמוטער, בתיה (רחל באָטשאַן), האָט למשל גערעדט אַזוי פּינקטלעך און דײַטלעך, אַז מע האָט געקענט מיינען זי רעדט ייִדיש פֿון דער היים. ערשט נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך זיך דערוווּסט אַז זי איז נישט קיין געבוירענע ייִדיש־רעדערין, נאָר האָט יאָרן לאַנג געשפּילט אויף דער בינע מיט דער לעגענדאַרער ייִדישער אַקטריסע צפּורה שפּײַזמאַן ז״ל.
די איצטיקע פּראָדוקציע פֿון „די כּישוף־מאַכערין‟ איז דער רעזולטאַט פֿון אַ פֿאָלקסבינע־איניציאַטיוו לאַנצירט אין 2017 צו רעסטאַוורירן די בעסטע ייִדישע אָפּערעטעס און פּיעסעס פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה פֿון ייִדישן טעאַטער און צו דיגיטאַליזירן די ליברעטאָס און פּאַרטיטורן כּדי צו מאַכן זיי צוטריטלעך צו רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן און פֿאָרשער איבער דער וועלט. איך קוק אַרויס צו זען וואָס נאָך פֿאַר אַ אוצרות די פֿאָלקסבינע וועט נאָך אויפֿלעבן במשך פֿון די קומעדיקע יאָרן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO