Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יענץ מאָל ווען דער טאַטע האָט מיך גערופֿן אַ שגץThe Day My Father Called Me a Sheygets

אַ קאַפּיטל פֿון י. י. זינגערס זכרונות דערמאָנט דעם מחבר ווי אַזוי אַ באַליידיקונג פֿון טאַטע־מאַמע קען טאַקע שאַטן אַ קינד.

איין מאל לייענט מיר פאר מיין חברותא א קאפיטל פון יצחק יהושע זינגערס ספר זכרונות, „א וועלט וואָס איז נישטא מער‟. דארטן שטייט אז מאיר דער מלמד האט אויף זיין זון כתריאל’ געוואלדעוועט: “איך וועל דיר אויסרייסן דעם גארגל‟.

שטעל איך אפ מיין חברותא: „איין מינוט, אזוי פלעגט מען רעדן אויף אן אמת? אדער האט דער שרייבער פשוט פארפעפערט דאס לשון?‟

„ניין ניין, אזוי פלעגט מען אמאל רעדן,‟ זאגט מיין חבר. „דו ווייסט, אמאליגע מלמדים און טאטעס פלעגן רופן זייערע קינדער שקצים, שייגעץ?‟

„וואס?… דו ביסט מגזם!‟

„ניין ניין, איך דערצייל דיר דעם אמת’ן אמת. אזוי ווייזט זיך אויס פון אמאליגע באשרייבונגען.‟

„ווען מען איז געווען אין כעס אודאי?‟

„לאוו דוקא, אפילו סתם אזוי.‟

„איך האב שוין געהערט: חברה, בענאקעס, יאטן, ביקעס, באקעס, לאבעסעס, אבער שייגעץ? אזוי רופט מען דאך די יונגע ערלים!‟

„אויך כשר’ע אידישע קינדער. גלייב מיר בנאמנות‟.

עס האט זיך מיר נישט געקלעפט אין קאפ, עס פאסט זיך עפעס נישט אריין מיט וואס איך האב איינגעזאפט פון מיין יוגנט ליטעראטור אדער שמועסן, ס’קלינגט איבערגעטריבן.

אבער איין מינוט — האב איך זיך דערמאנט — שייגאץ, דאס קען איך עפעס יא, שייגאץ איז גאר אנדערש ווי שייגעץ. דאס האט מיר מיין טאטע אמאל אויסגעלערנט נאך א מעשה שהיה: איך האב געהיפערט דאס בענטשן שבת נאכן מיטוג סעודה.

„אזוי בענטשט מען, די שייגאץ?!‟ גיט מיר מיין טאטע אריין. אלע גלידער זענען מיר ווי צענומען געווארן, איך האב פלוצים געשפירט ווי אויסגעשלאסן פון כלל ישראל. איך גיי אריין אינעם נאכמיטאג בעט, מיין בעט, דער איינציגסטער בעט אינעם אומעטיגן שפיל צימער, באגראב דעם קאפ אין קישן, עס האט מיר געשטיקט ביזן האלז, כ’האב זיך געשפירט ווי באגאסן ווי מיט פרעמד וואסער, ווי שמד וואסער, איך בין נישט א משלנו מער, עפעס ווי א גאסן יונג, א בעלגישער גוי.

איך שפיר אפגעפרעמדט, אליינס, מיין אידישער פינק, מיין אידישער נשמה, מער נישטא, איך כליפע אינעם קושן, ווי א נאר וואס פאר’יתום’טער, אן אויסגעשפיגענער מוחרם’ניק, אן עולם התוהו’ניק וואס אין לו חלק באלוקי ישראל.

נאך א וויילע אזוי אפליגן, מיין מוטער קומט אריין אין צימער, עס איז קענטליך אז נכמרו רחמה, עס צוגייט איר הארץ. מיט די צערטלדיגע שטימע וואס זי ווייזט ארויס בלויז ווען איך האב פיבער, פרעגט זי, „וועגן טאטי האט געזאגט שייגעץ? חלילה וחס, דו ביסט נישט קיין שייגעץ! איך קען מיך אבער נישט בארואיגן. פונעם אנדערן עק דירה הער איך א שישקעדיק געשפרעך צווישן טאטע מאמע אין ענגליש, די סודות שפראך, בעיקר די מוטער מיט א שטימע מלא רחמים.

„טאטי רופט דיך‟ פארופט מיר די מאמע צום שלאפשטוב. די טאטע ליגט אינעם שבת נאכמיטאג בעט. די שטימונג איז דערבארעמדיג און פיוס’דיג.

ווי כאילו א המשך פון א שמועס, נאר מיט א שטימע און אויגן מלא גוטער ברודער, הייבט ער אן אזא כמו ארום רעדעכטץ. מיין טאטע אז ער איז מפייס איז עס נישט גלאט אזוי טעיתי, עס טוט מיר באנק, אדער פראסט פשוט זיי מיר מוחל, דאס איז עפעס צו דירעקט, צו פלאך, דא גייט אזיינס ארום ארום מיט א פיוס’דיגער באדייט, אלא מאי, איך האב שלעכט פארשטאנען די משמעות פון שייגאץ:

„עה… שיי-גאץ מיינט נישט שייגעץ, הייבט ער אן, בכלל נישט דומה, אנדערש אינגאנצן. שייגאץ, פארכאפט מען דעם סוף, האסט געהערט אמאל ווי אונזער גבאי שיע שרייט אויף דעם בחור: ‘די שייגאץ!’? דאס מיינט אזא היימישער אונזעריגער חברמאן. ביסטו משוגע, א שייגעץ איז דער ערל פון גאס, וואס האסטו געמיינט, אז ביסט חלילה א בעלגישער גוי?!‟

„דוקא דאס ווייזט אז דו ביסט אן עכט אידיש קינד‟ נעמט די מוטער ארויס קרבן מנחה רעביצין ווערטער פוו בוזעם וואס זי ניצט געוויינטליך נישט, מיט א קנויל אין האלז און פייכטע אויגן. שטיקנדיגע טרערן האט זי געשלינגען.

עס איז געווען קענטליך, דאס איז מער ווי א געווענטליכער פיוס, אן איידעלער סענסיטיווקייט און קשר מיט די ווארצלען איז ערשט אנטדעקט געווארן אין זייער בכור’טשיק. ווי א גרוס פון הימל, לא ימושו, נאך אלע מעשיות, פארוואס ערציען עלטערן קינדער אויב נישט אז די קינדער זאלן זיין און שטרעבן צו זיין אידן תוך תוכם. . דא זייערס א בענאק, דער וואס לעבט און שטויסט, דער וואס אזוי איז ער א בוגד, אן הארטנעקיגער, דרייט איבער דאס גאנצע בית המדרש, דער עזות פנים וועמען די טאטע אמפערט זיך נאכאנאנד צו לערנען דרך ארץ, צעוויינט זיך פלוצלינג ביים בלויז הערן דעם פאטער זאגן אויף אים שייגעץ. עפעס אן אידישער נשמה ביזן ביין, דאס קינד לאזט זיך נישט מרחק זיין ממחיצת ישראל, איז דאס נישט אימזינסטע נחת, איבעראשנדע נחת, דערווארעמדיגע נחת?!

כוואליעס פון פרידן און ווארימקייט, א פרישער געפיל פון שייכות מיטן אידישן תוך, האט באנומען טאטע מאמען. ווען די עלטערן ווייסן ווי איך האב גאט אין הארצן, וואלטן זיי מיר מיט אזא זאך מצער געווען? אודאי נישט! נו, זענען זיי מיך מפייס מיטן גאנצן הארצן, מיט די גאנצע אנטשולדיגונג.

איך האב מיך ענדליך בארואיגט, איך בין צוריק תחת כנפי השכונה. ביז מארגן האב איך נאך גענאסן פון זייער טאן פון דערבארעמדיגקייט און ווידערגוטמאכונג, ביז ווען די מוטער איז צוריק צו איר רוטינע. „גיי שוין פאר א גוט יאר! דו עסט ווי א חזיר!‟, און די טאטע מיט „וואס דרייסטו זיך און פרייסטיך? „וואס פאר א ווירטשאפט איז דאס‟. אבער דאס ווארט „שייגאץ‟ האב איך מער נישט געהערט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.